מען שרײַט: „סאָציאַליזם!‟ און מען מיינט די קניידלעך

They're Preaching Socialism... But Eyeing the Matzo Balls

Yehuda Blum

פֿון רמי נוידאָרפֿער

Published March 28, 2018.

יעדעס יאָר, ערבֿ-פּסח, זיצן ייִדן בײַם סדר און לייענען די הגדה של פּסח. אַזוי פֿירט זיך שוין זינט דער צײַט פֿון חורבן הבית, ווען ייִדן האָבן מער נישט געקענט ברענגען דעם קרבן פּסח. דער מינהג איז אויפֿן סמך פֿונעם פּסוק „והגדת לבֿנך‟ — מע זאָל איבערדערציילן די קינדער די מעשׂה פֿון יציאת מצרים.

די טראַדיציאָנעלע הגדה איז זייער אַ קאָמפּליצירטער טעקסט, אַפֿילו פֿאַר געבוירענע העברעיִש־רעדער. נעמט, למשל, דעם פּסוק „יעץ מחרוף לנופּף אווי הובשת פגריו בלילה‟. די פֿון אײַך וואָס קענען עבֿרית, זאָגט דעם אמת: פֿאַרשטייט איר דאָס?

אַחוץ דעם טראַדיציאָנעלן נוסח זײַנען דאָ אַ סך אַלטערנאַטיווע הגדות פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע שטראָמען, עדותן, פּאָליטישע באַוועגונגען, קיבוצים אין ארץ־ישׂראל און אַזוי ווײַטער.

הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן אַ גאָר אַנדער סאָרט הגדה: אַ סאַטירישע אַנטי־באָלשעוויקישע געשריבן אין 1918 דורך „דער טונקעלער‟ — דער באַרימטער ייִדישער שרײַבער און פּאָעט יוסף טונקעל.

טונקעל איז געבוירן געוואָרן אין 1881, אין באָברויסק, וואָס איז צו יענער צײַט געווען אַ טייל פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. הײַנט געפֿינט זיך די שטאָט אין ווײַסרוסלאַנד. אין 1906 איז ער אַוועק קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט פֿאַרלייגט די אילוסטרירטע וואָכנבלאַטן „דער קיביצער‟ און „דער גרויסער קונדס.‟

אין 1910 איז ער צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע, וווּ ער האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין דער וואַרשעווער ייִדישער פּרעסע, איבערהויפּט אין „דער מאָמענט‟ אונטער די פּסעוודאָנימען „חושך‟ און „דער „טונקעלער.‟ אין „מאָמענט‟ האָט ער געפֿירט זייער אַ פּאָפּולערע הומאָריסטישע רובריק — „דער קרומער שפּיגל.‟

בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך אויפֿגעהאַלטן אין זײַן שטעטל באָברויסק, און שפּעטער אין קיִעוו. נאָך מאַרץ 1918 איז קיִעוו געווען אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. פֿיר חדשים פֿאַר דער אָקופּאַציע, אין נאָוועמבער 1917, האָבן די באָלשעוויקן, אונטער וולאַדימיר לענין, איבערגעקערט די פּראָוויזאָרישע רעגירונג פֿון אַלכקסאַנדער קערענסקי אין דער באַרימטער „אָקטאָבער רעוואָלוציע.‟

אין 1918 האָט דער טונקעלער געשריבן אַ סאַטירישע הגדה וועגן דער נײַער באָלשעוויסטישער רעגירונג אין רוסלאַנד. מע האָט זי אָפּגעדרוקט אין קיִעוו בײַם פֿאַרלאַג גאָלדפֿײַן.

דער טונקעלער האָט טאַקע געהאַט אַ זעקסטן חוש. ער האָט געשריבן זאַכן וועגן די קאָמוניסטן, וואָס זענען אַנדערע מענטשן ניט געווען קלאָר ביז מיט יאָרן שפּעטער. ער באַשרײַבט די באָלשעוויקן ווי אַ פֿאַרדאָרבענע, צינישע און דעמאָגאָגישע באַנדע גנבֿים און זולל־וסובאים. ער פֿאַרגעסט אָבער ניט, אַז אַ סך פֿון די באָלשעוויסטישע ראָשי המדברים זײַנען געווען ייִדן, על־פּי־רבֿ משומדים.

אָט האָט איר אַ פּאָר דוגמות פֿון דער באָלשעוויסטישער הגדה : ביעור חמץ (דאָס פֿאַרברענען דעם חמץ)

מען צעלייגט אַ פֿײַער בײַ זיך אין לאַנד מיט דער כּוונה אַז דער פֿײַער זאָל זיך פֿאַנאַנדערטראָגן אין אַנדערע לענדער… און מע שרײַט אויס דרײַ מאָל: דאָלאַי! דאָלאַי! דאָלאַי!

די סימנים פֿונעם סדר

קדש ־ מען צוראַבירט [באַרויבט] אַ ווײַנקעלער און מען מאַכט קידוש

ורחץ ־ מען דאַרף ריינוואַשן די חבֿרים פֿאַרברעכער און פּראָוואָקאַטאָרן

כּרפּס - הפֿקר פּעטרישקע דאַרף מען פֿון אַלץ מאַכן און זאָגן: גייט עץ אין דער אדמה

יחץ ־ מען טיילט זיך און מען מאַכט קאָמונע און מען זאָגט דעם פּסוק: שלי שלי ושלך שלי (וואָס איז מײַנס איז מײַנס — און וואָס איז דײַנס איז מײַנס)

מגיד ־ מען דרשנט, מען אַגיטירט, מען שרײַט: „סאָציאַליזם! אינטערנאַציאָנאַל!‟ און מען מיינט די קניידלעך

רחצה ־ מען דאַרף ריינוואַשן די קעשענעס פֿון די בורזשויס און זאָגן: על נטילת ידים

מוציא ־ זאָג צו דעם פּראָלעטאַריאַט „אַ גראָבע המוציא‟. דער לעקיש וועט גלייבן.

מיר געפֿעלט דער סימן „שולחן עורך‟ — אַנשטאָט געפֿילטע פֿיש און יויך מיט קניידלעך, זיצט מען בײַם טיש און מע שרײַבט דעקרעטן.

מעשׂה ברבי אליעזר…

דאָ שרײַבט דער מחבר אַ פּאַראָדיע וועגן דער מעשׂה מיט רבי אליעזרן, רעדנדיק וועגן די ייִדישע באָלשעוויקן ראָשי הקהל:

מעשׂה ברבי קרייצבערג, חבֿר באָש, אַטאַמאַן שאַפּיראָ, מיניסטער גרונם, קאָמיסאַר טאָדרעס, טאָוואַריש גנענדל, קאָמענדאַנט יאָקל ־ וואָס זענען געזעסן גאַנצע נעכט, געקנאַקט סעמעטשקעס און געשריבן דעקרעטן, ביז עס זײַנען געקומען אַנדערע אדונים און געהייסן זיי מאַכן אַ ויברח.

חד־גדיא

און צום סוף — איז נישטאָ קיין חדגה אָן „חד גדיא‟:

איז געקומען דער מלך מלכי המלכים

און צעהרגעט די אַנאַרכיסטן

צעבלויטיקט די באָלשעוויקעס

געשטאָכן די „עס־ערן‟

געהאָנגען די בונדיסטן

צעקוועטשט די פֿאַראייניקטע

פֿאַרשיקט די ציוניסטן

צוגענומען די ירושה בײַ די גרופּיסטן מיט די קאַדעטן —

חד גדיא חד גדיא.

וויל איך בײַ דער געלעגנהייט ווינטשן אַלע אונדזערע לייענער אַ לשנה הבאה בירושלים הבנויה, און אויב נישט, זאָל כאָטש זײַן אין ברוקלין.