ערבֿ־פּסח טראַכטן מיר נישט נאָר װעגן אונדזער פֿאָלק און אונדזער אייגענער באַפֿרײַונג, נאָר װעגן דעם, װי אַזױ אונדזער גורל װירקט אױף אַנדערע פֿעלקער. מיר זײַנען נישט אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים אָן צו באַקומען (אָדער אַרױסצװינגען) פֿאַרגיטיקונגען בײַ די מיצרים. מיר זײַנען נישט אַרײַן אין ארץ־ישׂראל, סײַ הײַנט, סײַ נעכטן, אָן אָפּצוטאָן שאָדן יענעם. דאָס ייִדישע פֿאָלק איז נישט אָפּגעזונדערט פֿון דער װעלט.
די לאָגיק ווײַזט, אַז דער פֿרײַהײט־נאַראַטיװ פֿון יציאת־מצרים איז אױך חל אױף אַנדערע פֿעלקער. ס׳איז זיכער אַלע מאָל געװען אַ מקור און אַן אינספּיראַציע פֿאַר אונטערדריקטע פֿעלקער במשך פֿון דער געשיכטע. הײַנט אױך, בזמן־הזה, זײַנען פֿאַראַן גרופּעס װאָס מוזן באַפֿרײַט װערן. און אױב די פּסח־מעשׂה װעט אונדז נישט שענקען קײן באַלדיקע, פּרטימדיקע לײזונג צו זײער דערדריקונג, װעלן מיר כאָטש װערן מער באַוווּסטזיניק און װײניקער גלײַכגילטיק. אפֿשר װעלן מיר דעמאָלט טאַקע זוכה זײַן צו יענער חומש־באַצײכענונג פֿון די ייִדן, „עם חכם ונבֿון כּזה,“ אַזאַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק פֿאָלק.
האָב איך געװאָלט איבערגעבן אױף אײן פֿוס דעם טרױעריקן מצבֿ פֿון צװײ גערודפֿטע פֿעלקער אין אָפּגערוקטע װינקלען פֿון דער ערד, אױפֿצוּװײַזן אַז אױך הײַנט איז מען משעבד, פֿאַרשקלאַפֿט, צו איצטיקע פּרעהס.
אין כינע װױנען אַ צען מיליאָן „אויִגורס,“ מוסולמענער װאָס רעדן אַ צענטראַל־אַזיאַטישע טערקישע שפּראַך, ס׳רובֿ אין דעם שינזשיאַן־פּראָװינץ. איבער זײ האָט מען אײַנגעפֿירט אַ שטרענגן רעזשים פֿון רדיפֿות און רעגלאַמענטן. די טראַדיציאָנעלע שפּראַך טאָר מען נישט רעדן און מע קאָנפֿיסקירט כּסדר די פּאַספּאָרטן פֿון אויִגור־מענער. נאָך מער, קוואַלן גיבן איבער אַז העכער 100,000 אויִגור זײַנען איצט פֿאַרשפּאַרט אין לאַגערן אַנדערש װוּ אין כינע (מחוץ זײערע געוויינטלעכע גרענעצן).
דאָס אַלץ קומט פֿאָר אױפֿן הינטערגרונט פֿון אַ קאָמפּליצירטער געשיכטע, װוּ כינע האָט שױן צענדליקער יאָרן לאַנג געפּרוּװט אױסלעשן נאַציאָנאַליסטישע סענטימענטן אין דעם מוסולמענישן ראַיאָן, סײַ דורך „עטנישער רײניקונג“ (אַקטיװ אימפּאָרטירן „האַן“־כינעזער, די עטנישע מאַיאָריטעט, פֿון מחוץ דער פּראָװינץ), סײַ דורך מיליטערישע באַװאַכונג. דערצו נאָך האָבן אַנדערע טערקישע פֿעלקער אין צענטראַל־אַזיע יאָ געװוּנען אומאָפּהענגיקײט (קירגיסטאַן, טורקמעניסטאַן און אַזױ װײַטער), בשעת, פֿאַרשטײט זיך, די שױן פֿעסטע מלוכה טערקײַ האָט זיך צוגעקוקט.
כאָטש כינע האָט אַלע מאָל באַשולדיקט דאָס גאַנצע אויִגור־פֿאָלק אין טעראָריזם, איז דאָס ביז לעצטנס נישט געװען קײן לעבעדיקער פֿאַקטאָר. איצט אָבער לאָזט זיך אױס, אַז אַ קלײנע באַנדע אויִגור איז יאָ צוגעשטאַנען צו „אײַסיס“, װאָס דאָס האָט אפֿשר באַרעכטיקט די שרעק מצד כינע.
קאָנצענטראַציע־לאַגערן אין כינע זײַנען נישט די הױפּטנײַעס אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, נאָר דאָס פֿאַרמינערט נישט זײער חשיבֿות אין דעם זמן פֿון „בכל דור ודור“…
כאָטש כ׳האָב דאָס קױם געקענט גלײבן בײַם לײענען דאָס צום ערשטן מאָל, ווײַזט זיך אַרויס אַז אַ גרױסע דערדריקטע און אײנצײַטיק פֿאַרקוקטע גרופּע אין דער הײַנטיקער װעלט זענען גאָר די קריסטן. עס לײגט זיך אױפֿן שׂכל, אַז ס׳רובֿ רדיפֿות אױפֿן חשבון פֿון די קריסטן קומען פֿאָר אין די מוסולמענישע לענדער, װוּ זײ זײַנען אַ פֿאַרשפּרײטע מינאָריטעט. עס גײט נישט נאָר אין דעם, װאָס ס׳איז שװער אין אַזעלכע לענדער צוצוקומען צו אַ קלױסטער. אַלע פּאָר יאָר טרעפֿן פֿאַלן, װען טעראָריסטן אַטאַקירן קריסטן. אין טײל פֿון די לענדער װערן אױך שטרענג דורכגעפֿירט די מוסולמענישע רעליגיעזע געזעצן קעגן „אַפּיקורסות‟, לױט װעלכע אַ געבױרענער מוסולמענער טאָר נישט װערן אַ קריסט, ווײַל אויב יאָ דראָט אים טױטשטראָף.
בוטאַן איז אַ קאָנסערװאַטיװ בודיסטיש לאַנד װוּ עס בושעװעט אַ היפּש ביסל אומטאָלעראַנץ, אַפֿילו גװאַלד, קעגן קריסטן, פֿאַרבונדן מיט אַ פֿאָראורטל קעגן קריסטלעכע גײַסטיקע װאָס פּרוּװן איבערבײַטן דעם גלױבן בײַ די היגע בודיסטן. אין אינדיע איז אױך פֿאַראַן אַזאַ חשד, נאָר נישט אַזאַ באַטײַטיקער.
דער איצטיקער װעלטצענטער פֿון דער באַדריקונג פֿון קריסטן געפֿינט זיך דװקא אין צפֿון־קאָרעע. אין דעם לאַנד הערשט אַ מלוכישער אַטעיִזם (דורכגעפֿירט, פֿאַרשטײט זיך, פֿון אַלגעמײנעם טאָטאַליטאַריאַניזם). מע רעכנט אַז אַ 50,000 דאָרטיקע קריסטן שמאַכטן אין קאָנצענטראַציע־לאַגערן צוליב זײער רעליגיע. אָפֿט מאָל ווערן זיי געפּײַניקט, אױסגעהונגערט און נאָך ערגער.
װאָס לאָזן אונדז הערן אַזעלכע טרױעריקע מעשׂיות פֿון װײַטע אומיושרן? ערשטנס אַז די וועלט האָט זיך נישט אָפּגעלערנט דעם מוסר־השׂכל פֿון יציאת־מצרים, אָדער פֿון חורבן־אײראָפּע. מ׳איז אַלע מאָל גרײט זיך איזדיעקעװען איבער אַ צװײטן פֿאָלק, באַזונדערס אַ קלענערן און פֿאַרראַנדיקטן. צװײטנס, און אפֿשר דער עיקר, פֿאַרמאָגט קײן פֿאָלק נישט קײן מאָנאָפּאָל אױף אַזעלכע הימל־שרײַענדיקע דערדריקונגען. אײן פֿאָלק קען שפּילן סײַ דעם אונטערדריקער, סײַ דעם אונטערגעדריקטן.
זאָלן מיר אַלע, סײַ ייִדן סײַ נישט־ייִדן, דאָס פֿאַרגעדענקען אין דער צײַט פֿון אונדזער פֿרײַהײט װען אַזױ פֿיל זײַנען נאָך װײַט פֿון באַפֿרײַט ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.