אַ פּראָמינענטער אָרטאָדאָקסישער רבֿ אין ישׂראל האָט לעצטנס געזאָגט, אַז חזיר־פֿלייש קען זײַן כּשר — אויב ס׳קומט פֿון אַ חזיר, וועמען מע האָט קלאָנירט נאָכן ענדערן זײַן די־ען־איי. מע וואָלט דאָס דאָזיקע פֿלייש אַפֿילו געקענט עסן צוזאַמען מיט מילכיקע פּראָדוקטן.
הרבֿ יובֿל טשערלאָוו האָט געזאָגט דער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟ אַז די געוויינטלעכע הלכות פֿון כּשרות זענען ניט חל ווען עס גייט אַ רייד וועגן קלאָנירטן פֿלייש.
הרבֿ טשערלאָוו, וואָס איז אַ מיטגליד פֿון דער פֿרומער־ציוניסטישער רבנים־ראָט „צהר,‟ האָט אַ פּנים גערעדט וועגן דעם פֿלייש וואָס מע „קולטיווירט‟ אין אַ לאַבאָראַטאָריע פֿון די צעלן פֿון אַ חזיר אַנשטאָט פֿון אַ לעבעדיקן חזיר, וועמען מע האָט קלאָנירט. אינעם אינטערוויו מיט „ידיעות אַחרונות‟ דיפֿערענצירט ער ניט צווישן די צוויי.
דער רבֿ האָט גערעדט מיט דער צײַטונג אין צוזאַמענהאַנג מיט אַ סימפּאָזיום בײַם בר־אילנער אוניווערסיטעט וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן וויסנשאַפֿט און הלכה. הרבֿ טשערלאָוו איז שוין פֿון לאַנג אַ שטיצער פֿונעם געדאַנק, אַז די רבנים זאָלן האַלטן דאָס קלאָנירטע פֿלייש פֿאַר כּשר און אַז מע זאָל „קולטיווירן‟ פֿלייש אין אַ לאַבאָראַטאָריע לשם צער־בעלי־חיים.
„אַזוי אַרום וועלן מענטשן ניט הונגערן, עס וועט ווייניקער פֿאַרפּעסטיקן די סבֿיבֿה און די בעלי־חיים וואָלטן מער ניט געליטן,‟ האָט הרבֿ טשערלאָוו געזאָגט. וואָס שייך חזיר־פֿלייש גופֿא, האַלט הרבֿ טשערלאָוו אַז „ווען מע נוצט בלויז דאָס קעמערל בײַם שאַפֿן עסן, פֿאַרלירט ער זײַן אָריגינעלע אידענטיטעט און מע קען דערפֿאַר ניט פֿאַרווערן, אַז מע זאָל אים עסן. עס וואָלט אַפֿילו מער ניט געווען קיין פֿלייש. וואָלט מען אים געקענט עסן צוזאַמען מיט מילכיקס.‟
דאָס אַרומרעדן די כּשרות פֿון קינסטלעך־געמאַכטן פֿלייש איז ניט קיין נאָווינע. שוין אין 2013 האָט הרבֿ מנחם גענאַק, דער הויפּט־משגיח בײַם אַמעריקאַנער „אָרטאָדאָקסישן פֿאַבאַנד‟ געזאָגט, אַז מע וואָלט געקענט יאָ עסן אַ קעזבורגער, ווען דאָס האַמבורגער־פֿלייש וואָלט געווען פֿון צעלן, וואָס מע „קולטיווירט‟ אין אַ לאַבאָראַטאָריע. הרבֿ גענעק האָט אָבער גאָרניט ניט געזאָגט וועגן דעם, אַז מע זאָל קענען עסן חזיר־פֿלייש געמאַכט אויף אַזאַ אופֿן.
„איך דאַרף ניט זײַן קיין נבֿיא אײַך צו זאָגן, אַז עס וועט זײַן אַ גרויסע חילוקי־דעות וועגן דעם,‟ האָט הרבֿ טשערלאָוו געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.