ייִדן פֿון גרענעץ־געגנט: סמאָלענסק (זאַמלבוך)
רעדאַקטירט פֿון סוועטלאַנאַ אַמאָסאָוואַ
„פֿאַרלאַג ספֿר‟, מאָסקווע
די רוסישע שטאָט סמאָלענסק געפֿינט זיך אױף דער אַמאָליקער גרענעץ צװישן צװײ היסטאָרישע מלוכות, דער מאָסקװער רוס און דעם גרױס–פֿירשטנטום ליטע, װאָס איז שפּעטער אַרײַן אין פּױלן. נאָך די רוסיש–פּױלישע מלחמות אינעם זיבעצנטן יאָרהונדערט איז סמאָלענסק אַריבער צו רוסלאַנד, אָבער דער ליטװישער עבֿר האָט איבערגעלאָזט אַ קלאָר שטעמפּל אױף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער סמאָלענסקער געגנט. דאָ איז געבױרן געװאָרן די חב”ד–שיטה פֿון חסידות, װאָס איז געװען אַ סך נענטער פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנד אײדער די אַנדערע חסידישע שיטות אין אוקראַיִנע, גאַליציע און פּױלן.
דאָס נײַע זאַמלבוך “ייִדן פֿון גרענעץ־געגנט: סמאָלענסק” איז כּולל היסטאָרישע און עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען װעגן דעם ייִדישן לעבן אין סמאָלענסק און זײַנע סבֿיבֿות, אַזעלכע װי די שטעטלעך ליובאַװיטש, קראַסנע, ראָסלאַװ און אַנדערע. אין דער אַמאָליקער ליטע איז סמאָלענסק געלעגן אױפֿן מיזרח־ראַנד פֿונעם געאָגראַפֿישן שטח, װאָס ייִדן האָבן גערופֿן מדינת–רײַסן. װי עס דערקלערט ד”ר װלאַדימיר לעװין אין זײַן אַרײַנפֿיר, האָט מדינת־רײַסן פֿאַרנומען אַ גרױסן טײל פֿון הײַנטיקן מיזרח־װײַסרוסלאַנד און אַ קלענערן טײל פֿון מערבֿ־רוסלאַנד. להיפּוך צו דער ליטע גופֿא, זײַנען דאָ ניט געװען קײן גרױסע ישיבֿות און באַרימטע רבנים, און די ייִדישע שפּראַך איז דאָ געװען געמישט מיט רוסיש. רײַסן איז אַרײַן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿריִער אײדער אַנדערע געגנטן פֿון ליטע און פּױלן, און דערפֿאַר זײַנען די אָרטיקע ייִדן טיפֿער פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער רוסישער װירטשאַפֿט, קולטור און אַפֿילו פּאָליטיק. אײניקע גשמדטע ייִדן פֿון סמאָלענסקער געגנט האָבן געשפּילט הױכע ראָלעס בײַם הױף פֿונעם צאַר פּעטער דעם ערשטן.
פֿאָרמעל האָבן די פּױלישע קעניגן ניט דערלױבט ייִדן זיך צו באַזעצן אין סמאָלענסק. אָבער צװישן די היסטאָרישע גבֿית–עדותן געפֿינט זיך אַן אינטערעסאַנטע תּשובֿה פֿון ר’ יואל סירקיס אױף אַ שאלה װעגן אַ פֿרױ פֿון קראָקע, װאָס איר מאַן איז געפֿאָרן קײן סמאָלענסק און דאָרט נעלם געװאָרן. פֿונעם דאָזיקן דאָקומענט, װאָס שטאַמט פֿונעם יאָר 1616, קען מען זיך דערװיסן, אַז צו יענער צײַט זײַנען אין סמאָלענסק געװען אַכט מנינים ייִדן, און זײ האָבן פֿאַרמאָגט אַן אײגענעם בית־עולם. (אַכט מנינים הייסט, אַ פּנים, אַכציק מענער.) דער פֿרױס מאַן האָט זיך טאַקע סוף–כּל–סוף אָפּגעזוכט אין מאָסקװע. די רוסישע אַרמײ האָט פֿאַרנומען סמאָלענסק אין מיט–זיבעצנטן יאָרהונדערט. לױט די היסטאָרישע קראָניקעס, האָט מען געהײסן אַלע ייִדן זיך שמדן, און די, װאָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט, זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן. אָבער אַנדערע מקורים װײַזן, אַז אַפֿילו אונטער דער רוסישער שליטה זײַנען אין סמאָלענסק פֿאַרבליבן אַ צאָל ייִדן.
נאָך די צעטײלונגען פֿון פּױלן סוף–אַכצנטן יאָרהונדערט איז סמאָלענסק ניט אַרײַן אינעם ייִדישן תּחום־המושבֿ אין דער רוסישער אימפּעריע, אָבער ייִדן האָבן טאַקע באַטראָפֿן אַרום נײַן פּראָצענט פֿון דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. דאָס זײַנען געװען בעל־מלאכות און סוחרים, װאָס האָבן געהאַט בעסערע פּרנסות דאָ אײדער אינעם תּחום. אין סמאָלענסק זײַנען זײ געבליבן ניט װײַט פֿון זײערע קרובֿים אין װײַסרוסלאַנד. סמאָלענסק איז געװאָרן אַ ייִדישער צװישנפּונקט צװישן די היסטאָרישע ייִדישע געגנטן אין רײַסן און ליטע און רוסלאַנד גופֿא. די שײנע געבײַדע פֿון דער הױפּטשיל זאָגט עדות פֿון ייִדישן װױלטאָג אין סמאָלענסט ערבֿ דער רוסישער רעװאָלוציע.
עס זענען אויך געווען אַקטיװע ייִדישע קהילות אין די שטעטלעך אױפֿן האַנדלװעג פֿון רוסלאַנד צום באַלטישן ים װי, למשל, קראַסנע און אָרשע. דאָס שטעטל ליובאַװיטש אין סמאָלענסקער געגנט איז געװאָרן װעלט־באַרימט װי דער צענטער פֿון חב”ד זינט דעם יאָר 1813. דער פּױלישער אײגנטימער פֿונעם שטעטל האָט ספּעציעל פֿאַרבעטן דעם צװײטן רבין, ר’ דובֿ־בער שניאורסאָן, צו באַזעצן זיך אין ליובאַװיטש. דעם רבינס הױף האָט צוגעצױגן האַנדל און חסידים אין דער שטאָט.
דער דריטער רבי, ר’ מנחם–מענדל, האָט אױפֿגעבױט אַ פֿאַרצװײַגטע נעץ פֿון חב”דישע קהילות און מנינים אין רײַסן, צפֿון–אוקראַיִנע און דרומדיקע געגנטן פֿון “נײַ–רוסלאַנד”, אַזעלכע װי קאַטערינאָסלאַװ און כערסאָן. חב”ד האָט תּמיד פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקע אָרגאַניזאַציע און אַ שטרענגע דיסציפּלין. מען האָט אײַנגעפֿירט אַן עפֿעקטיװע סיסטעם פֿון זאַמלען געלט דורך דעם פֿרײַװיליקן “פּדיון־נפֿש”. דאָס איז געװען אַ מין שטײַער, װאָס חסידים האָבן באַצאָלט דעם רבין און זײַן משפּחה. דאָס אַחריות פֿאַר זאַמלען געלט איז געװען אױף די שליחים, װאָס האָבן באַזוכט חב”דישע קהילות יעדן חודש. דעם צדיקס משפּחה האָט אינװעסטירט דאָס געלט אין פֿאַרשידענע געשעפֿטן, װאָס האָבן בײַגעטראָגן צום עקאָנאָמישן אױפֿבלי פֿונעם שטעטל ליובאַװיטש.
סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט דער רבי ר’ שלום דובֿ–בער געשאַפֿן די ישיבֿה “תּומכי תּמימים”, װאָס האָט צוגעגרײט אַ נײַעם דור חב”דישע פֿירער. דװקא אין ליובאַװיטש, האַלט דער היסטאָריקער אליה לוריא, איז פֿאַרלײגט געװאָרן דער יסוד פֿון חב”ד װי אײנע פֿון די מעכטיקסטע און אַקטיװסטע רעליגיעזע שיטות אין דער הײַניטקער ייִדישער װעלט. און אױפֿן ליובאַװיטשער בית־עלמין שטײט עד־היום דער אוהל פֿון שניאורסאָנס משפּחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.