אַפּריל־נומער: געזינטערע רוסישע מאכלים און נײַער אינטערעס צו בחורס טאָגבוך אונטער די נאַציס

April Issue: Healthier Russian Recipes and Renewed Interest in Teen Boy's Holocaust Diary


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 03, 2018.

דער אַפּריל־נומער „פֿאָרווערטס,‟ וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק, נעמט אַרײַן אַ ריי אַרטיקלען און פּראָפֿילן, וואָס שפּיגלען אָפּ די ייִדישע קהילות סײַ פֿון הײַנט, סײַ פֿון אַמאָל.

אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע דערציילט וועגן דער נײַער צוויי־שפּראַכיקער איבערזעצונג (ייִדיש־ליטוויש) פֿון יצחק רודאַשעווסקיס „טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ‟ און גיט איבער רירנדיקע אויסצוגן פֿון דעם וואָס דאָס 15־יאָריק ייִנגל האָט אָנגעשריבן.

אין זײַן אַרטיקל וועגן הזכּרות לזכר דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד דערציילט דזשאָרדין קוציק ווי אַזוי אַ גרופּע געוועזענע קעמפּערס פֿונעם זומער־לאַגער „המשך‟ וועלן ווידער אויפֿלעבן די „געטאָ־נאַכט‟־הזכּרה, וואָס זיי פֿלעגן מאַכן ווי קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס פֿונעם בונדיסטישן זומער־לאַגער. פֿון מעקסיקע גיט איבער אַרטוראָ קערבל אַ באַריכט וועגן אַ פֿײַערונג אין דער שטאָט מעקסיקע לכּבֿוד 120 יאָר „פֿאָרווערטס‟, ציוניזם און בונד. ברכה פֿינקעלשטיין דערציילט ווי אַזוי מעריבעל גאָלדווין פּאַסט צו די טראַדיציאָנעלע ייִדיש־רוסישע מאַכלים צו דער הײַנטיקער דיעטע.

דער נומער שליסט אויך אַרײַן דעם אָנהייב פֿון אַ נײַער נאָוועלע פֿונעם יונגן שרײַבער נח באַרעראַ, אין וועלכער אַ יונגער ייִד ווערט קריטיקירט מחמת ער טראַכט בלויז וועגן דער פֿאַרגאַנגענהייט און די משפּחה־לעגענדעס.

ווי שטענדיק נעמט דער „אַפּריל־נומער‟ אַרײַן אַ ריי פֿאָרשערישע אַרטיקלען און רעצענזיעס וועגן דער ייִדישער קולטור. טל חבֿר־כיבאָווסקי אַנאַליזירט וואָס עס הייסט אַ „קלאַסיקער‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין איר גאָר באַלערנדיקן אַרטיקל שילדערט דניאל מאַוער דעם אופֿן ווי אַזוי מענדעלעס ליבשאַפֿט צו דער נאַטור האָט משפּיע געווען אויף זײַנע ליטעראַרישע ווערק. אין דער רעצענזיע פֿון דיעגאָ ראָטמאַנס נײַ בוך וועגן דזשיגאַן און שומאַכער דערקלערט יחיאל שיינטוך ווי אַזוי די קאָמיקער האָבן צוגעפּאַסט זייער „שטיק‟ צו די בײַטנדיקע פּאָליטישע ווירקלעכקייטן.

אין אַ מער שפּילעוודיקן טאָן דערקלערט יואל מאַטוועיעוו פֿאַר וואָס „גוגל־טרענסלייט‟ טויג אויף כּפּרות פֿאַר ייִדיש.

כּדי צו באַקומען אַלע נומערן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ קען מען זיך אַבאָנירן דורך אונדזער וועבזײַט. מע קען אויך פֿאַרזיכערן אַז מע באַקומט אַלע אַרטיקלען וואָס דערשײַנען אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ דורכן פֿאַרשרײַבן זיך אויף אונדזער טעגלעכן בולעטין.