צווישן דעם ים און דעם מידבר

Between Sea And Desert

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 04, 2018.

אויף דעם זיבעטן טאָג נאָכן אַנטלויפֿן פֿון מצרים האָבן ייִדן דערגרייכט דעם ברעג פֿון ים־סוף. די מיצרים האָבן זיי נאָכגעיאָגט, אָבער דער ים האָט זיך על־פּי נס צעשפּאָלטן. צוליב דעם ווערן די לעצטע צוויי טעג פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ באַזונדערן יום־טובֿ. שבת לייענען מיר וועגן דעם דאָזיקן נס אין דער תּורה.

די חז״ל זאָגן, אַז צו געפֿינען זיווג און פּרנסה איז פּונקט אַזוי שווער, ווי קריעת־ים־סוף. אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס ווי אַ מאָדנער פֿאַרגלײַך. דער ים האָט זיך צעשפּאָלטן על־פּי נס, אָבער דאָס משפּחה־לעבן און אַרבעט זענען דאָך די געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע ווירקלעכקייט. וווּ איז דער גרויסער נס, און פֿאַרוואָס איז עס אַזוי שווער? בײַ ס׳רובֿ מענטשן אַרום דער וועלט באַשטייט דאָך כּמעט דאָס גאַנצע לעבן פֿון אַרבעטן און פֿאַרברענגען צײַט מיט דער משפּחה.

כּדי דאָס בעסער צו פֿאַרשטיין, לאָמיר באַטראַכטן אַן אַנדער מיצווה: די פֿרויען־מיקווה. וואָס זאָל אַ ייִדישע משפּחה טאָן, ווען מע געפֿינט זיך אין אַן אָרט, וווּ עס זענען נישטאָ קיין אָפֿיציעלע מיקוות? ווען מע האָט דעם צוטריט צום וועלכן־ניט־איז ים, איז עס די בעסטע ברירה. אַדרבה, די חז״ל זאָגן אונדז, אַז דער מיטל־לענדישער ים איז די בעסטע „אָריגינעלע‟ מיקווה, וואָס דער אייבערשטער האָט אַליין געשאַפֿן. ממילא, זענען אַלע אַנדערע ימען נאַטירלעך פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער גרויסער מיקווה. על־פּי הלכה, ווען קיין העלפֿערין איז נישטאָ, מעג דער מאַן אַליין זען, ווי זײַן פֿרוי טובֿלט זיך אינעם ים.

ווען דער ים איז צו ווײַט, מוז די פֿרוי גיין אין אַן אָזערע אָדער טײַך. אין אַזאַ פֿאַל, מוז מען אַלעמאָל באַטראַכטן, צי מע מעג עס טאָן על־פּי הלכה. געוויינטלעך, זענען טײַכן און אָזערעס כּשר פֿאַר טבֿילה דאורייתא, אָבער דרבנן איז עס איז נישט אַזוי פּשוט.

אָבער וואָס טוט מען, ווען אַלע נאַטירלעכע וואַסערקוואַלן אינעם ראַיאָן, אויב אַפֿילו זיי זענען כּשר ווי אַ מיקווה, זענען געפֿערלעך קאַלט? געוויסע חסידישע צדיקים פֿלעגן זיך יעדן טאָג, פֿאַרן דאַווענען שחרית, טובֿלען אין אַן אײַזלאָך; בײַ אַ דורכשניטלעכן מענטש איז עס אָבער אַ גרויסע מסירת־נפֿש, אַ סכּנה. דער דאָזיקער בײַשפּיל ווײַזט, אַז ס׳איז צו מאָל שווער צו פֿירן אַ ייִדיש לעבן אויף אַן אָרט, וווּ עס וווינען נישט קיין אַנדערע פֿרומע ייִדן.

דאָס לעבן אויף אונדזער פּלענעט עקסיסטירט צוליב די ימען און אָקעאַנען, וואָס ברענגען דאָס וואַסער און זויערשטאָף. די וואַסער־קוואַלן זענען דער עיקר־טייל פֿון אונדזער וועלט. אין דער זעלבער צײַט, אַסאָציִיִרן מיר די ימען מיט עקזאָטישקייט און מיסטעריעזקייט. אַפֿילו אין ניו־יאָרק ווערן די נסיעות צו דער אָקעאַנישער פּלאַזשע באַטראַכט ווי אַ חשובֿע משפּחה־פֿאַרווײַלונג.

באַקומט זיך, אַז הגם אונדזער פּלאַנעט איז על־פּי־רובֿ באַדעקט מיט וואַסער, בלײַבט דער ים פֿאַר אונדז אַ מיסטעריעזע, סכּנותדיקע און פֿײַנטלעכע וועלט. בײַ אַ צאָל חסידישע מענער האָב איך געהערט, אַז אין מיאַמי און אַנדערע ערטער באַנוצן זייער פֿרויען דעם ים ווי אַ מיקווה, אָבער בדרך־כּלל בלײַבט עס אַן „עקזאָטישע‟ זעלטנקייט. אַפֿילו אין ארץ־ישׂראל, שפּאַניע און דרום־פֿראַנקרײַך באַטראַכט מען נישט דעם ים ווי די עיקר־מיקווה, הגם על־פּי הלכה איז עס זיכער דאָס סאַמע כּשרסטע טבֿילה־אָרט. פֿון דעסט וועגן, ווענדט זיך אונדזער לעבן אינעם ים, בגשמיות און ברוחניות. צוליב די שידוכים און אַרבעט־פֿאָרלייגן מוזן מיר כּסדר דורכמאַכן אַן אייגענע קריעת־ים־סוף – שווערער ווי די טבֿילה אינעם קאַלטן ים.

ברוחניות, ווערט דער ים אַסאָציִיִרט אין אונדזער טראַדיציע מיט צוויי היפּוכדיקע, און פֿאָרט טיף פֿאַרבונדענע ענינים: די תּורה און דאָס מענטשלעכע אומבאַוווּסטזײַן. אין דער תּורה־הקדושה באַהאַלטן זיך אומצאָליקע חידושים, אָבער כּדי זיי צו אַנטדעקן, מוז מען זיך אויסלערנען, ווי אַזוי אַרומצושווימען אין אונדזער אינערלעכן ים פֿון אונטערבאַוווּסטזײַן און „אַרויספֿישלען‟ פֿון דאָרטן בלויז ערלעכע תּורהדיקע געפֿילן און מחשבֿות. ווי אַ ים־קאַפּיטאַן, מוז דער תּלמיד־חכם וויסן גאָר אַ סך וועגן די ווינטן און פֿאַרבאָרגענע שטיינער, וואָס קאָנען צעברעכן זײַן שיף. אין פֿאַרגלײַך מיטן ים־קאַפּיטאַן איז אָבער שווער צו וויסן, וווּ די סכּנותדיקע ערטער און סיטואַציעס קאָנען זיך טרעפֿן; יעדער מענטש מוז שאַפֿן אַ פּערזענלעכע מאַפּע פֿון זײַן נשמה, ווײַל יעדער האָט דאָך אין זײַן אינערלעכער וועלט אַ באַזונדערע געאָגראַפֿיע.

ווען דער ים־סוף האָט זיך געשפּאָלטן, האָט זיך געשאַפֿן אַ ניסימדיקער מצבֿ, אַ געמיש פֿון ים און יבשה. ייִדן זענען געווען אַרומגערינגלט מיט וואַסער־ווענט, און האָבן געקאָנט זען, ווי די פֿיש און אַנדערע ים־באַשעפֿענישן שווימען לעבן זיי. די קריעת־ים־סוף סימבאָליזירט דעם אינערלעכן פּראָצעס, שטענדיק וויכטיק פֿאַר אונדזער גײַסטיקן שטײַגן. כּדי צו דערגרייכן אַ השׂגה אין רוחניות, מוז מען זיך כּסדר אַרײַנוואַרפֿן אינעם ים פֿון אומבאַוווּסטזיניקע אינסטינקטן און אינטויִטיווע געדאַנקען, כּדי זיך געפֿינען אַן עצה זיך צו ראַטעווען פֿון דאָרטן בשלום, און צו געפֿינען אַ געזונטן צווישן־וועג צווישן גשמיות און רוחניות.

הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיק, איינער פֿון די שליסל־פֿיגורן אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ייִדישקייט, האָט הויך געשאַצט דעם דענישן פֿילאָסאָף סאָרען קירקעגאָר (Søren Kierkegaard), צוליב זײַן שיטה פֿון „איבערהיפּן‟ די ספֿקות מיט ריינער אמונה. הגם דער געדאַנק קלינגט בעצם גאַנץ פּשוט – גלייבט, ווען ס׳איז שווער עפּעס צו פֿאַרשטיין אויף אַ ראַציאָנעלן אופֿן – האָט קירקעגאָר אַנטוויקלט אַרום דעם דאָזיקן ענין אַ קאָמפּליצירטע פּרטימדיקע טעאָריע. סאָלאָווייטשיק האָט אויסגענוצט קירקעגאָרס שיטה אין זײַן אייגענער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם „הלכהדיקן מענטש‟ – אַז די עקזיסטענץ פֿון אַ ייִד באַשטייט אינעם כּסדרדיקן איבערגיין דעם ים פֿון ספֿקות, כּדי צו פֿאָלגן די הלכה.

על־פּי חסידות, זענען ביידע שיטות – פֿון קירקעגאָר און הרבֿ סאָוואָווייטשיק – נישט אויסגעהאַלטן. להיפּוך צום קריסטלעך־פּראָטעסטאַנטישן דענישן דענקער, גלייבן מיר דאָך, אַז מיט דער אמונה אַליין קענען מיר נישט יוצא זײַן. להיפּוך צו אַזעלכע פֿילאָסאָפֿן, ווי סאָלאָווייטשיק און ישעיהו לייבאָוויטש – גאָר אַ באַלערנדיקער און אינטערעסאַנטער בעל־מחשבֿה, אָבער אַ פֿאַרביסענער אַנטי־מיסטיקער – ווייסן מיר אויך, אַז די הלכות ווי מעכאַנישע כּללים זענען טויטע, אויב מיר לייגן נישט אין זיי אַרײַן אונדזער אמונה, כּוונה און מסירת־נפֿש. כּדי אַריבערצוגיין דעם ים און דערגרייכן נײַע „אינדזלען‟ פֿון תּורה־חידושים, מוז מען זיך דווקא אַרײַנוואַרפֿן אין די סכּנותדיקע וואַסערן פֿון אינטויִציע. זיכער מוז מען מקיים זײַן די בוכשטעבלעכע הלכה, אָבער דאָס ייִדישע לעבן פֿאָדערט אויך אַן אמונה־פּשוטה און פּערזענלעכע אינטויִציע.

וואָס שייך די מיצוות „בין אָדם לחבֿרו‟, באַציִונגען צווישן מענטשן, איז כּדאַי זיך דערמאָנען, אַז צומאָל מוזן מיר אויך אַריבערגיין אַ גאַנצן ים פֿון סתּירותדיקע געדאַנקען און עמאָציעס. ווען אַ מענטש פֿאַרבינדט זיך מיט אַ צווייטן, מוז ער אַלעמאָל אַרײַנקומען אינעם אומבאַקאַנטן ים פֿון יענעמס נשמה. עס טרעפֿט זיך אַמאָל, אַז ערנסטע געפֿילן, אויסגעדריקט אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן, קאָנען עמעצן מאַכן נאָך מער ברוגז. כּדי צו לייזן אַ קאָנפֿליקט, מוז מען זיך משער זײַן, וואָס ס׳טוט זיך אין יענעמס נשמה־ים.

בקיצור, בלײַבט די קריעת־ים־סוף אַ נייטיקער עלעמענט אין אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. אינעם שטײַגן ברוחניות און בײַם אָנהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן, טרעטן מיר אַלעמאָל אינעם ים פֿון אומזיכערקייט. פֿון דעסט וועגן, ווי דער הייליקער בעל־שם־טובֿ האָט דערקלערט, איז דער אַחרון־של־פּסח פֿאַרבונדן מיט דער ביאת־המשיח. כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם אינערלעכן און אויסערלעכן גלות, מוזן מיר געפֿינען אַ וועג צווישן דער זיכערער יבשה פֿון גשמיות און דעם מיסטעריעזן ים פֿון רוחניות.