װען דער ייִדישער אַנטי–פֿאַשיסטישער קאָמיטעט איז געשאַפֿן געװאָרן אין מאָסקװע אין 1941, איז זײַן ציל געװען קודם־כּל צו פֿירן מלחמה־פּראָפּאַגאַנדע צװישן ייִדן מחוץ דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. מיט דער צײַט איז דער קאָמיטעט געװאָרן אַ מין סאָװעטישע מיניסטעריע פֿאַר ייִדישע ענינים און האָט איבערגענומען סאָציאַלע און קולטורעלע פֿונקציעס. זײַן אַרכיװ פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט מאַטעריאַלן װעגן דער קולטורעלער טעטיקײט אױף ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די יאָרן 1942 - 1948. נאָך דעם, װי סטאַלין האָט געהײסן שליסן דעם קאָמיטעט, איז דער דאָזיקער אַרכיװ אַרײַנגעפֿאַלן אינעם רשות פֿון דער סאָװעטישער זיכערקײט–מיניסטעריום.
דער דרוק־אָרגאַן פֿונעם קאָמיטעט איז געװען די ייִדישע צײַטונג „אײניקײט‟, װוּ עס האָבן געאַרבעט אַ היפּשע צאָל ייִדישע מחברים. צװישן זײ איז אױך געװען דער נסתּר. ער איז געקומען קײן מאָסקװע פֿון דער עװאַקואַציע אין טאַשקענט סוף 1943 און האָט זיך באַזעצט אין דער געבײַדע פֿונעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער. די מאָסקװער ייִדישע שרײַבער האָבן באַגריסט זײַן אָנקומען מיט אַ ליטעראַרישן אָװנט, און אַ באַריכט פֿון משה נאָטאָװיטש װעגן דעם דאָזיקן אָװנט האָט מען איבערגעשיקט קײן אױסלאַנד. די צענזור האָט אױסגעמעקט אַ פּאָר זאַצן אָבער דער פֿולער טעקסט פֿונעם באַריכט האָט זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ. דאָ גײט די רײד װעגן דער נסתּרס חורבן–מעשׂיות, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אױפֿן סמך פֿון בעל־פּהיִקע דערצײלונגען פֿון ייִדישע פּליטים פֿון פּױלן אין צענטראַל–אַזיע.
בעתן אָװנט האָט דער נסתּר פֿאָרגעלײענט אײנע פֿון זײַנע נײַע דערצײלונגען וואָס האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױפֿן עולם: „דער נסתּרס דערצײלונג דערשיטערט. מען דאַרף זײַן אַ גרױסער שרײַבער, כּדי באַהערשן אַזאַ מאַטעריאַל. די דאָזיקע דערצײלונג װירקט מיט איר שטאַרקער שילדערונג פֿון די לײַדן און נסיונות פֿון אונדזער פֿאָלק אין אָט דער גרױסער מלחמה.‟ פֿאַר װאָס זשע האָט די סאָװעטישע צענזור אױסגעמעקט אָט די דאָזיקע שורות פֿונעם אָפֿיציעלען באַריכט? אַ סבֿרה, האָט מען ניט געטאָרט ספּעציעל באַטאָנען די יסורים פֿון ייִדן אין פֿאַרגלײַך מיט די לײַדן פֿונעם גאַנצן סאָװעטישן פֿאָלק.
דער נסתּר האָט ניט איבערגעלאָזט קײן זכרונות װעגן זײַנע באַגעגענישן מיט די פּליטים פֿון מזרח־אײראָפּע, אָבער אײן דערצײלונג זײַנע שילדערט אַ פּאָרטרעט פֿון אַזאַ מענטש. אױפֿן לאַנגן „דערנער–װעג‟ פֿון זײַן הײם אין כאַרקעװ אין אוקראַיִנע צו דער עװאַקואַציע אין טאַשקענט האָט ער געטראָפֿן אײנעם אַ מענטשן: „ער איז געשטאַנען צװישן אַ רעדל פּאַסאַזשירן אײַנקױפֿער, און שלעפּנדיק פֿון בוזעם אַרױס אַ מאָל אַ פֿלעשל בראָנפֿן — האָט פֿאָרגעלײגט בראָנפֿן פֿאַר בעלנים. פֿאַר אַנדערע, װאָס דאַרפֿן טאַבעק, האָט ער אױך טאַבעק פֿאָרגעלײגט.‟ דאָס איז געװען אַ טיפּ פֿון אַ קלײן–הענדלער, אַ „ספּעקולאַנט‟, װי מע האָט אים גערופֿן אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד.
אַ היפּשע צאָל ייִדישע פּליטים, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן סאָװעטישע דאָקומענטן און קײן צוטריט צו עסנװאַרג, האָבן זיך אָפּגעגעבן מיטן פֿאַרװערטן משׂא–מתן. װעגן דעם דערצײלט מען אין זכרונות, װאָס זײַנען אַרױס אין אױסלאַנד, אָבער אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט מען װעגן דעם ניט געטאָרט רעדן בפֿרהסיה. דער נסתּר איז געװען אַ יוצא־דופֿן. דער העלד פֿון זײַן דערצײלונג „שלמה פֿון טשעכאָסלאָװאַקײַ‟ אַנטלויפֿט פֿון דער שטאָט ברנאָ װי ער שטײט און גײט, איבערלאָזנדיק אױף הפֿקר זײַן פֿרױ און צװײ טעכטער. איצט איז ער אין גאַנצן דערשלאָגן און דעפּרימירט. װען ער זעט פֿאַר זיך דעם אינטעליגענטן ייִדישן שרײַבער, גײט ער אַריבער פֿונעם „שטאַרק פֿאַרדײַטשטן פּױלישן ייִדיש‟ אױף העברעיִש. ער דערצײלט, אַז ער איז געװען אַ ציוניסט און האָט אַפֿילו געקױפֿט אַ „נחלה‟ אין ארץ–ישׂראל, װוּהין ער האָט בדעה צו ראַטעװען זיך פֿונעם „געװיטער אין אײראָפּע‟.
איצט אָבער האָט שלמה מורא אַפֿילו אַ קוק צו טאָן אױף זײַן אײגענעם בילד, װאָס ער טראָגט מיט זיך אין קעשענע. ער װײַזט דעם משפּחה–פֿאָטאָ דער נסתּר: „צװײ טײַערע, שױן דערװאַקסענע טעכטערלעך, אַ ציכטיק געקלײדטע פֿרױ, און ער אַלײן האָט מיט דעם, װאָס אױפֿן בילד, בלױז אפֿשר נאָר די אײנציקע שײַכות, װאָס יענער, װאָס אױפֿן בילד, געפֿינט אַן אָרט בײַ אים אין בוזעם.‟ דער נסתּרס פּאָרטרעט פֿונעם פּליט פֿון ברנאָ איז רעאַליסטיש און פּסיכאָלאָגיש, װאָס איז אַ זעלטנקײט אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט.
צום סוף זאָגט דער צעריסענער ייִד אַרױס זײַן װוּנטש: „ער זאָל אַלע יאָר צום סדר אָנטאָן אָט די בגדים, זיך אַרומדרײען אַרום טיש און זײַנע אײגענע און בני־בית זאָלן זיך אים נאָכדרײען - אַ דערמאָנונג אין גלות־היטלער.‟ אין 1952, װען דער דאָזיקער כּתבֿ־יד איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם רשות פֿון סטאַלינס געהײם–דינסט אין אײנעם מיט אַנדערע פּאַפּירן, האָט מען געמאַכט אַ קורצן סך־הכּל אױף רוסיש: “דער מחבר דערצײלט, װי ער האָט אױף אַ סטאַנציע דערזען אַ מענטשן, װעלכער האָט פֿאַרקױפֿט בראָנפֿן פֿון הינטער דער פּאָלע. פֿונעם שמועס האָט ער זיך דערװוּסט, אַז ער הײסט שלמה. װען די פֿאַשיסטן זײַנען באַפֿאַלן טשעכאָסלאָװאַקײַ, איז ער אַנטלאָפֿן, האָט פֿאַרלױרן זײַן משפּחה און געטאָן פֿאַרשידענע אַרבעטן. ער האָט געזאָגט, אַז ער פֿאָרט קײן קאָלװירט, אָבער דערנאָך האָט ער ממשיך געװען דאָס אײגענע װי פֿריִער.‟
די דאָזיקע דערצײלונג האָט מען צוגעגרײט װי אַ ראיה צו באַשולדיקן דעם נסתּר אין „נאַציאָנאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע‟, אָבער צו יענער צײַט איז ער שױן געװען טױט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.