ניטאָ קיין באַגאַזש־טרעגער און קיין קאַסע איז אין בליק, פֿאַר אַ מיליאָן אַפֿילו איז ניט צו קריגן, אַ בילעט אויף צוריק.
קיינער דערוואַרט דיך ניט אויף דער סטאַנציע און קיינער פֿאָכעט צו דיר מיט דער האַנט, אין דער לופֿט הענגט אַ שטילקײט און שטום איז דער אַרום ווי די וואַנט.
עס שווײַגט דער באַן שלאַבאַן און עס שווײַגט די גוייִשע כאָיִנקע, און עס שווײַגט דער שוואַרצער אויפֿשריפֿט: דאָס איז די סטאַנציע טרעבלינקע.
און נאָך פֿון גאָר אַלטע צײַטן, מסתּמא נאָר פֿאַר אַ שפּאַס, איז פֿאַרבליבן אַן אַלטע רעקלאַמע: קאָכט נאָר מיט גאַז.
דאָס איז אַ פֿראַגמענט פֿונעם ליד „טרעבלינקע‟ אָנגעשריבן פֿון וולאַדיסלאַוו שלענגעל. שלענגעל איז נישט פֿאַרגאַזט געוואָרן אין טרעבלינקע. די דײַטשן האָבן אים דערשאָסן אין דער וואַרשעווער געטאָ.
אַלע האָבן שוין געהערט פֿון יצחק קאַצענעלסאָנס „דאָס ליד פֿונעם אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟, אַפֿילו אויב זיי האָבן דאָס ליד נישט געלייענט. שלענגעל איז ווייניקער באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט — אפֿשר צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געשריבן אין ייִדיש, נאָר אין פּויליש.
דאָס הויז אויף וואַליצוּוו 14, וווּ וולאַדיסלאַוו שלענגעל און זײַן משפּחה האָבן געוווינט ביז סעפּטעמבער 1942, איז על־פּי־נס נישט חרובֿ געוואָרן. אַ דאַנק די איצטיקע בשותּפֿותדיקע באַמיִונגען און השתּדלות פֿון פּאָליאַקן און ישׂראלים, האָט מען לעצטנס אָפֿיציעל באַשטימט אַז דאָס הויז, וואָס איז געשטאַנען אין מיטן פֿון וואַרשעווער געטאָ, וועט איצט באַשיצט ווערן ווי אַ טייל פֿון דער היסטאָרישער קולטור־ירושה פֿון דער שטאָט וואַרשע.
אין ישׂראל איז שלענגעל מער באַקאַנט ווי אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער, מסתּמא אַ דאַנק דער מוזיק־גרופּע „אל המשורר‟ (צום פּאָעט) וואָס זינגט זײַנע לידער אין העברעיִשער איבערזעצונג. אין ישׂראל איז אַפֿילו געשאַפֿן געוואָרן אַ וועבזײַטל געווידמעט שלענגעלס הויז. אויפֿן וועבזײַטל קענען מיר לייענען אַז „דאָס הויז איז איינס פֿון די געציילטע אויטענטישע בנינים וואָס זענען געבליבן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. טויזנטער ישׂראלים, אַ סך פֿון זיי — יוגנטלעכע, באַזוכן דאָס הויז יעדעס יאָר.‟
ווײַטער לייענען מיר אויפֿן וועבזײַטל אַז שלענגעלס הויז סימבאָליזירט נישט נאָר די צעשטערונג פֿון דער וואַרשעווער קהילה נאָר אויך איר נסימדיקע שעפֿערישקייט, אַפֿילו אין די סאַמע שרעקלעכסטע צײַטן.
אינעם זעלבן הויז אין דער געטאָ האָט געוווינט אויך מנחם קיפּניס — אַ זינגער, אַ שרײַבער, אַן עטנאָגראַף און אַ פֿאָטאָגראַף. קיפּניס האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און עטלעכע ביכער, צווישן זיי — „ייִדישע כּליזמר אין פּוילן‟. קיפּניס איז אויך געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
ווער סע האָט באַזוכט וואַרשע ווייסט אַז דער שטח פֿון דער אַמאָליקער געטאָ געפֿינט זיך ממש אין מיטן שטאָט. דאָס מיינט אַז ס’איז הײַנט מיט גאָלד גלײַך. סע פֿעלן נישט קיין פֿירמעס וואָס ווילן דאָרטן בויען. איז ווי קען מען ראַטעווען שלענגעלס הויז? טאַקע נאָר ווען מען בעט בײַ דער מאַכט זי זאָל אָנערקענען דאָס הויז ווי אַ היסטאָריש אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.