ווייניק מענטשן ווייסן אַז די ערשטע הזכּרות נאָך די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן זענען פֿאָרגעקומען נאָך איידער דער חורבן האָט זיך געענדיקט. אַז אַ שטאָט צי שטעטל איז באַפֿרײַט געוואָרן און עס האָבן זיך אומגעקערט אַ פּאָר ייִדן, האָט מען שוין אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן אויפֿגעראַמט די מאַסן־גריבער, וווּ מע האָט דערשאָסן זייערע קרובֿים, געשטעלט דאָרטן אַ פּשוטן דענקמאָל און געזאָגט „אל מלא רחמים.‟
שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן פּלאַנירן פֿאָרמעלע חזכּרה־צערעמאָניעס. דעם 19טן אַפּריל 1948, פּונקט פֿינף יאָר נאָכן אָנהייב פֿונעם אויפֿשטאַנד, האָט מען אין וואַרשע גאַמאַכט אַ ריזיקע הזכּרה־צערעמאָניע, אויף וועלכער עס זענען געקומען ייִדן פֿון איבער גאַנץ אייראָפּע, ווי אויך פֿון ישׂראל און אַמעריקע. איינער פֿון זיי איז געווען מאָטל [מאַרק] מורשטיין, אַ פּיעסקער ייִד וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז צוריקגעקומען קיין פּוילן אין 1947.
„דעמאָלט זענען נאָך געווען ייִדישע פּאַרטייען,‟ האָט מורשטיין דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟ אויף געשמאַקן פּויליש־ייִדיש, פֿון זײַן היים לעבן באָסטאָן. „איך האָב דעמאָלט געוווינט אין אַ קליין שטעטל אין שלעזיע. כ׳בין געווען אין ׳השומר־הצעיר׳ און בין געפֿאָרן מיט זיי קיין וואַרשע אַ טאָג פֿאַר דער הזכּרה. די גאַנצע שטאָט איז געווען רויִנירט, ס׳איז ניט געווען קיין זאַל. איז מען געשטאַנען אין דרויסן, אינעם רעגן.‟ אויפֿן וועג צו דער הזכּרה האָבן פּוילישע סאָלדאַטן, ווי אויך מיטגלידער פֿון די ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען, מאַרשירט אין אַ סימבאָלישער ערנוואַך איבער די חורבֿות פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן וואַרשע. מע האָט געטראָגן פּלאַקאַטן אויף ייִדיש מיט אַזעלכע לאָזונגען ווי: „כּבֿוד די העלדישע זין פֿון אונדזער פֿאָלק‟ און „מיר קינדער וועלן פֿאַרבײַטן די געפֿאַלענע העלדן.‟ בײַם באַרימטן דענקמאָל פֿון נתן ראַפּאַפּאָרט, וואָס מע האָט צום ערשטן מאָל אַנטהילט אויף דער צערעמאָניע, האָט מען געלייגט ריזיקע קראַנצן בלומען. רבנים פֿון אַמעריקע, פּוילן און ישׂראל זענען געשטאַנען אײַנגעהילט אין טליתים, וואָס מע האָט געפֿונען אין אוישוויץ. עס זענען אויפֿגעטראָטן צענדליקער פּאָליטיקער פֿון איבער דער וועלט. צווישן זיי האָט גערעדט דער ענגלישער פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַט סידני סילווערמאַן, וואָס האָט באַצייכנט ראַפּאַפּאָרטס סטאַטוע ווי „ניט בלויז אַ דענקמאָל לזכר די געפֿאַלענע העלדן, נאָר אַ נסיון און אַ וואָרענונג פֿאַר אונדז, די לעבעדיקע.‟
„ס׳איז געווען זייער אַ רירנדיקע הזכּרה,‟ האָט מורשטיין באַמערקט. דעם זעלביקן טאָג האָבן אין ניו־יאָרק זיך פֿאַרזאַמלט צענדליקער טויזנטער מענטשן אויף דער סאַמע ערשטער געטאָ־הזכּרה בײַם „שטיין‟ אין „ריווערסײַד־פּאַרק.‟ כאָטש דער נאַציאָנאַלער חורבן־מאָנומענט, וואָס מע האָט געזאָלט דאָרטן בויען איז קיינמאָל ניט מקיום געוואָרן, פֿאַרזאַמלען זיך ווײַטער יעדעס יאָר אַן עולם ייִדן בײַם פּשוטן אָנדענקס־טאָוול, וואָס דינט ווי אַ זכר נאָך די זעקס מיליאָן אומגעקומענע ייִדן.
שיין בייקער, דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, האָט אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון דער יערלעכער הזכּרה בײַם „שטיין‟ פֿאַר זײַן אָרגאַניזאַציע. „איינע פֿון אונדזערע הויפּט־אויפֿגאַבעס לויט אונדזער קאָנסטיטוציע איז צו האַלטן אַן אָנדענקטאָג,‟ האָט בייקער געזאָגט. הײַיאָר אויף דער הזכּרה וועלן רעדן די פּאָעטעסע ד׳׳ר אירענאַ קלעפּפֿיש, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשעווער געטאָ און וועמענס פֿאָטער, מיכל קלעפּפֿיש, איז אומגעקומען קעמפֿנדיק אינעם אויפֿשטאַנד; דער היסטאָריקער ד׳׳ר דוד סלוצקי און דער געוועזענער לערער און פּרינציפּאַל, ד׳׳ר מאַרסעל קשענסקי.
„כאָטש ס׳איז דער 75סטער יאָרטאָג וועט די הײַיאָריקע הזכּרה זײַן מער ווייניקער ווי אַלע יאָר,‟ האָט בייקער געזאָגט. „פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָפֿן אַז מערער מענטשן וועלן קומען ווי געוויינטלעך צוליבן יאָרטאָג.‟
איין הײַיאָריקע צערעמאָניע, וואָס וועט ניט זײַן קיין געוויינטלעכע, ווערט אָרגאַניזירט דורך סאַבינע ברוקנער. סאַבינע, אַ קינד פֿון שארית־הפּליטה ייִדן, האָט קינדווײַז פֿאַרבראַכט יעדן זומער אין קעמפּ המשך, אַ זומער־לאַגער וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך בונדיסטן און געוועזענע געטאָ־קעמפֿער. אין קעמפּ המשך האָבן די קינדער אָנגעפֿירט מיט אַן אוניקאַלער הזכּרה־אונטערנעמונג, „געטאָ־נאַכט‟, אין וועלכער מע האָט געזונגען לידער און פֿאָרגעלייענט פּאָעמעס פֿון די געטאָס און לאַגערן כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד די געפֿאַלענע געטאָ־קעמפֿער.
„במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך האָבן מיר זיך צוגעגרייט צו דער אַקאַדעמיע,‟ האָט ברוקנער געזאָגט. „צוליב דעם וואָס מײַנע עלטערן האָבן מיך ניט געזאָגט קיין סך וועגן דעם חורבן, האָב איך לכתּחילה ניט פֿאַרשטאַנען, וועגן וואָס מע רעדט דאָרטן. פֿאַקטיש האָב איך זיך דערוווּסט וועגן דעם חורבן פֿון ׳געטאָ־נאַכט.׳‟
בײַ ברוקנער איז עס געווען אַן אוניקאַלע איבערלעבונג. „אין קיין זומער־לאַגער, אין קיין ייִדישער גרופּע האָב איך אַ מאָל געזען עפּעס ווי אונדזער געטאָ־אַקאַדעמיע,‟ האָט זי דערקלערט. „ס׳איז ניט געווען ציוניסטיש אָדער רעליגיעז און מע האָט געלייגט דעם טראָפּ אויף דער העלדישקייט פֿון די ייִדן און זייער ווידערשטאַנד.‟ אויף דער יערלעכער הזכּרה בײַם „שטיין‟ האָט ברוקנער שטענדיק געטראַכט, אַז זי וואָלט געדאַרפֿט אָרגאַניזירן אַזאַ „געטאָ־נאַכט‟ אין ניו־יאָרק. הײַיאָר פֿירט זי דורך פּונקט אַזאַ פּראָגראַם בשותּפֿות מיט דער „פֿאָלקסבינע.‟ עס וועלן אָנטייל נעמען 50 געוועזענע המשכיסטן און מע דערוואַרט אַ סך מער אין עולם.
„ס׳וועט זײַן פֿאַר אונדז אַ מין ווידערטרעף,‟ האָט ברוקנער געזאָגט. „אַזוי ווײַט ווי מעגלעך ווילן מיר, אַז עס זאָל זײַן אַזוי ווי מיר האָבן עס געמאַכט אין ׳המשך׳ — מע זאָל פֿאָרלייענען די זעלביקע לידער און פּאָעמעס, מע זאָל האָבן דאָס זעלביקע געפֿיל ווי אויף דער געטאָ־נאַכט אין קעמפּ המשך. איך האָב קיינמאָל ניט געזען עפּעס אַזוי רירנדיק ווי אונדזער פּראָגראַם. אַ חבֿר מײַנער האָט עס באַשריבן ווי אַ ׳מאָדערנער מדרש פֿאַר אונדזער צײַט.׳‟
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל, בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.