ווען די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן אָנגעהויבן זיך צו באַזעצן מאַסנווײַז אין אַמעריקע, האָבן זיי זיך געטראָפֿן צום ערשטע מאָל מיט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע עטנישע גרופּעס, וואָס האָבן צו יענער צײַט ניט געווווינט אין אייראָפּע. צווישן זיי זענען געווען די אַמעריקאַנער פֿון אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם, וואָס זענען אין די זעלביקע יאָרן געקומען קיין ניו־יאָרק ווי אַ טייל פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „גרויסער איבערוואַנדערונג‟ פֿון די דורמדיקע שטאַטן.
דער אופֿן ווי אַזוי די ייִדן האָבן באַטראַכט זייערע נײַע שכנים און די פֿאָראורטלען וואָס זיי האָבן אַמאָל געהאַט קעגן זיי ווערן באַשריבן סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישער פּרעסע פֿון יענע יאָרן, סײַ אין די כּתבֿים פֿון כּלערלעריי פּערזענלעכקייטן אויף דער ייִדישער גאַס: עסקנים, רבנים, כּלל־טוער, פּאָליטיקער, אַקטיוויסטן און אַזוי ווײַטער.
ד׳׳ר גיל ריבאַק, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם אַריזאָנער אוניווערסיטעט וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם אופֿן ווי אַזוי ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך באַצויגן צו די אַמעריקאַנער גויים, וועט שילדערן די געפֿילן פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן כּלפּי זייערע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שכנים אויף אַ רעפֿעראַט בײַם „פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט.‟ די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיט„דורות‟ — דער ייִדישער אָפּטייל בײַ דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק. דער רעפֿעראַט איז אַ סך־הכּל פֿון די פֿאָרשונגען, וואָס ד׳׳ר ריבאַק האָט געמאַכט בײַ דער „ניו־יאָרקער ביבליאָטעק‟ ווי אַן אָרטיקן פֿאָרש־סטיפּענדיאַנט.
דער רעפֿעראַט וועט אָפּגעהאַלטן ווערן דאָנערשטיק, דעם 3טן מײַ, 6 אַ זייגער אין אָוונט. נאָך אינפֿאָרמאַצעי באַזוכט: https://www.nypl.org/events/programs/2018/05/03/feeling-self-disgust-attacks-me-attitudes-eastern-european-jewish
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.