ווען יצחק רודאַשעווסקי איז דערשאָסן געוואָרן מיט ס’רובֿ פֿון זײַן משפּחה אין פּאָנאַר אין אָקטאָבער 1943, איז ער געווען פֿופֿצן יאָר אַלט. בשעת די פֿריִערדיקע צוויי יאָר אין ווילנער געטאָ האָט ער כּמעט די גאַנצע צײַט געפֿירט אַ טאָגבוך. די משפּחה און פֿרײַנד האָבן באַמערקט דאָס קליינע נאָטיצביכל וואָס דאָס ייִנגל האָט כּסדר אַרומגעטראָגן מיט זיך און געהיט פֿון פֿרעמדע אויגן. ווען די געשטאַפּאָ האָט, נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם ווילנער געטאָ דעם 23סטן סעפּטעמבער 1943, אַנטדעקט די מאַלינע וווּ די משפּחה האָט זיך אויסבאַהאַלטן האָט יצחק, צוליב אומבאַקאַנטע סיבות, געלאָזט דאָס טאָגבוך דאָרטן אין באַהעלטעניש. אפֿשר האָט ער געוואָלט, נאָר ניט באַוויזן מיטצונעמען דאָס ביכל מיט זיך. און אפֿשר האָט ער עס נישט גענומען בכּיוון, מיינענדיק אַז אַזוי וועלן כאָטש זײַנע נאָטיצן האָבן אַ שאַנס איבערצולעבן.
יענעם האַרבסטטאָג איז לעבן די פּאָנאַרער טויטגריבער געשען אַ קליינער נס. יצחקס קוזינע שׂרה וואָלאָשין האָט באַוויזן זיך אַרויסצודרייען פֿון די וועכטער און צו אַנטלויפֿן און אָנגעקומען צו די ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין וואַלד. אין יולי 1944 איז שׂרה צוריק אין איר געבוירן־שטאָט ווילנע, ווען די רויטע אַרמיי האָט פֿאַרנומען די שטאָט פֿון די נאַציס. איינע פֿון די ערשטע זאַכן וואָס זי האָט געטאָן איז געווען צו גיין באַזוכן די געוועזענע מאַלינע פֿון איר אומגעבראַכטער משפּחה. דעמאָלט איז געשען דער צווייטער קליינער נס: אין דער מאַלינע האָבן זיך געוואַלגערט אויפֿן דיל משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס און אויך יצחקס טאָגבוך.
דאָס ביכל האָט שׂרה איבערגעגעבן די שרײַבער אַבֿרהם סוצקעווערן און שמערקע קאַטשערגינסקין. זיי האָבן ווײַטער ממשיך געווען דאָס ראַטעווען די ייִדישע קולטור־אוצרות וואָס זיי האָבן אָנגעהויבן נאָך אין געטאָ. ווען זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די סאָוועטישע מאַכט איז ניט פֿאַראינטערעסירט צו שטיצן די ייִדישע קולטור אין ליטע, נאָר גיכער פֿאַרקערט, האָבן זיי פֿאַרלאָזט ווילנע און געפּרוּווט אַרויסשמוגלען מיט זיך וואָס מער געקליבענע מאַטעריאַלן. אַזוי אַרום געהערט רודאַשעווסקיס טאָגבוך הײַנט צו די אַרכיוון פֿון ייִוואָ אין ניו־יאָרק.
דער טאָגבוך איז צום ערשטן מאָל פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן אין 1953 אינעם זשורנאַל „די גאָלדענע קייט“, רעדאַקטירט דורך אַבֿרהם סוצקעווערן. ס’איז ניט געווען קיין וויסנשאַפֿטלעכע פּובליקאַציע: אַ מאָל האָט סוצקעווער פֿאַרקירצט דעם טעקסט און אַ מאָל פּראָסט און פּשוט צענזורירט, דער עיקר די באַזונדערש פּראָ־סאָוועטישע פֿראַגמענטן. אַן איבערזעצונג אויף העברעיִש איז אַרויס אין 1968, אויף ענגליש – אין 1973. די קומענדיקע פֿראַנצייזישע איבערזעצונג האָט זיך באַוויזן ערשט אין 2016. די איבערזעצערין בתיה בוים איז געווען די ערשטע נאָך סוצקעווערן וואָס האָט זיך צוצוגרייטן דעם טעקסט אויפֿן סמך פֿונעם כּתבֿ־יד.
דינסטיק דעם 10טן [נאָוועמבער 1942]. הײַנט איז אַ קאַלטער טאָג. אין דער פֿרי האָב איך זיך געקאָכט עסן און גלײַכצײַטיק געמאַכט די לעקציעס. דער ערשטער האַלבער טאָג שלעפּט זיך און כ’בין שוין צופֿרידן, ווען איך גיי אין שול. די לעקציעס פֿון געשיכטע זענען אינטערעסאַנט. מיר לערנען אַלגעמיינע געשיכטע וועגן רוים, ייִדישע געשיכטע ‒ וועגן הורדוסן. נאָכן שול גיי איך אין קלוב. אין גאַס איז קאַלט, אין שטוב איז קאַלט, ווילט זיך לויפֿן אין קלוב. אונדזער קרײַזל פֿאַר געטאָ־פֿאָרשונג אַרבעט אַקטיוו. הײַנט איז פֿאָרגעקומען די גרינדונג־פֿאַרזאַמלונג פֿון קרײַזל פֿאַר ייִדישער געשיכטע. מיר האָבן באַשלאָסן שטודירן ייִדישע געשיכטע און באַהאַנדלען די פּראָבלעמען, וואָס זענען אונדז אינטערעסאַנט און לאָזן זיך אַקטואַליזירן, ספּעציעל די ייִדישע געשיכטע פֿון דער נײַסטער צײַט. איצט נעמען מיר יוסף פֿלאַוויוס. מיר וועלן אויך צוגרייטן אַ מישפּט איבער אים. מע האָט מיך אויסגעקליבן אין אַקטיוו פֿון ליטעראַרישן קרײַזל. מיר זאַמלען מאַטעריאַל פֿאַר פֿאָלקלאָר. ס’איז פֿינצטער און אומהיימלעך. בײַ די טונקעלע, טרויעריקע געטאָ־לאַמטערנעס אויף די ראָגן איז לעבעדיקער. ווי פֿליגן אַרום אַ לעמפּל, אַזוי טוליען זיך צו דער שײַן אָרעמע געטאָ־פֿאַרקויפֿער, מערסטנס קינדער. דאָס בלאָלעכע, מאַטע ליכט באַלײַכט די טראַנטעס פֿון די קינדער און ייִדענעס, באַלײַכט די רויטע פֿון קעלט פֿאַרפֿראָרענע הענטלעך, וואָס ציילן געלט, גיבן רעשט. צעפֿראָרענע, מיט די טישלעך אָנגעטאָן אויף זיך, שפּאַרן זיי זיך צום שטיקעלע ווינקל וואָס איז באַלויכטן. ביזן פֿײַף שטייען זיי אַזוי, און דערנאָך ווערן זיי פֿאַרשוווּנדן מיט זייערע פּאָליצקעס אין די שוואַרצע געטאָ־געסעלעך. צו מאָרגנס זעט מען זיי ווידער בײַם טרויעריקן שײַן, ווי זיי קלאַפּן אַ פֿוס אין אַ פֿוס און הויכן אין די פֿאַרפֿראָרענע הענט.
אינעם זעלבן יאָר האָט מען אָנגעהויבן מער זיך צו פֿאַראינטערעסירן מיט דער געשיכטע פֿון יצחק רודאַשעווסקי אין ליטע אויך, ווײַל מע האָט געשאַפֿן אַ „שטאָלפּערשטיין“ לכּבֿוד זײַן אָנדענק פֿאַר דעם בנין פֿון דער געוועזענער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע וווּ ער איז געוועו אַ תּלמיד. דאָס איז אַ פּראָיעקט פֿונעם דײַטשישן קינסטלער גיונטער דעמניג: די „שטאָלפּערשטיינער“, קליינע מעטאַלענע טאָוולען מיט די נעמען פֿון חורבן־קרבנות, קען מען באַמערקן אויף טראָטואַרן אין פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע שטעט. די ייִדישע קהילה אין ליטע מיט איר פֿאָרזיצערין פֿײַנאַ קוקליאַנסקי בראָש האָט אויך דערפֿילט אַז ס’איז צײַט אַרויסצוגעבן די ליטווישע איבערזעצונג פֿון רודאַשעווסקיס טאָגבוך און זיך אונטערגענומען צו געפֿינען פֿינאַנציעלע מיטלען פֿאַר דעם דאָזיקן פּראָיעקט.
דעם טאָגבוך האָט איבערגעזעצט מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס, אַ באַקאַנטער ליטעראַטור־פֿאָרשער, שרײַבער און איבערזעצער. אין 2013 האָט ער שוין געהאַט איבערגעזעצט אויף ליטוויש אַבֿרהם סוצקעווערס זאַמלונג פֿון פּאָעטישער פּראָזע, „גרינער אַקוואַריום“. אַני הקטנה האָב צוגעגרייט די קאָמענטאַרן און דעם ייִדישן טעקסט, ווײַל פֿון אָנהייב אָן האָט מען באַשלאָסן אַז די אויסגאַבע מוז זײַן אַ צוויישפּראַכיקע. ס’איז אַ שאָד, נאָר צוליב מאַנגל אין צײַט און כּוחות האָט מען דאָס מאָל ניט געקענט מאַכן די איבערזעצונג דירעקט פֿונעם כּתבֿ־יד און געדאַרפֿט ניצן סוצקעווערס טראַנסקריפּציע. דער וווּנדער־שיינער גראַפֿישער אויסשטעל פֿונעם בוך איז אַ שאַפֿונג פֿון דער קינסטלערין סיגוטע כלעבינסקײַטע. פֿאַר דער הילע האָט זי אויסגעקליבן רודאַשעווסקיס פּאָרטרעט־פֿאָטאָגראַפֿיע. ווען דאָס בוך איז פֿאַרמאַכט, זעט מען נאָר אַ העלפֿט פֿונעם פּנים, עס זעט אויס ווי צעשפּאָלטן. נאָר עפֿענענדיק דאָס בוך קענען די לייענער פּרוּוון צוריק פֿאַרבינדן די צוויי העלפֿטן פֿונעם פּנים — פּרוּוון צו געפֿינען עפּעס אַ תּיקון. די קינסטלערין האָט אויך אויסגעזוכט אַ סך ביז איצט אומבאַקאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער משפּחה רודאַשעווסקי, ווי אויך אַרכיוו־דאָקומענטן. איצט ווייסט מען שוין וווּ גענוי האָט יצחק געוווינט אין ווילנע. דער בנין שטייט ביזן הײַנטיקן טאָג און דער נומער האָט זיך ניט געביטן — זאַוואַלנע גאַס 51.
די ערשטע עפֿנטלעכע פֿאָרשטעלונג פֿונעם בוך איז פֿאָרגעקומען אין די ראַמען פֿון דעם ווילנער אינטערנאַציאָנעלן ביכער־יריד דעם 25סטן פֿעברואַר 2018. דאָס איז אַ גאָר וויכטיקע קולטורעלע אימפּרעזע אין ליטע, וווּ יעדעס יאָר בשעת פֿיר טעג אין פֿעברואַר קענען צענדליקער טויזנטער לייענער זיך טרעפֿן מיט ליטווישע און אויסלענדישע שרײַבער, קויפֿן די נײַסטע ביכער און אָנטייל נעמען אין כּלערליי אַנדערע אַקטיוויטעטן, ווי צום בײַשפּיל, קונסט־וואַרשטאַטן פֿאַר קינדער. דאָס יאָר האָט די ייִדישע קהילה צום ערשטן מאָל געהאַט אַן אייגענעם קיאָסק אינעם יריד און רודאַשעווסקיס טאָגבוך האָט בײַ די באַזוכער געהאַט אַ גרויסע הצלחה.
אין דער פֿאָרשטעלונג האָט אויך אָנטייל גענומען פֿאַניאַ בראַנצאָווסקאַיאַ, אַ לעבן געבליבענע פֿונעם ווילנער געטאָ און אַ געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנערין, וואָס האָט זיך צעטיילט מיט אירע דערמאָנונגען וועגן דער יוגנט אין געטאָ. האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יצחק רודאַשעווסקי האָט זיך געלערנט אין דעם זעלבן קלאַס פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע ווי פֿאַניאַס שוועסטער. ס׳איז אויך פֿאָרגעקומען אַ וואַרשטאַט פֿאַר קינדער וווּ זיי האָבן געקענט זיך אויסלערנען ווי אָנצושרײַבן זייער נאָמען אויף ייִדיש. דאָס האָט אויך געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג.
לאָמיר האָפֿן אַז רודאַשעווסקיס טאָגבוך וועט דערגרייכן די ליטווישע לייענער און דער עיקר — די ייִנגערע. די ייִדישע קהילה האָט בדעה צו פֿאַרשפּרייטן דאָס בוך אין די שולן: עס דערציילט אַן אָרטיקע געשיכטע מיט וועלכער מען מעג זיך פּשוטער אידענטיפֿיצירן.
לאָמיר אויך האָפֿן אַז עס וועט אין די קומענדיקע יאָרן געלינגען אַרויסצוגעבן אַ קריטישע אויסגאַבע פֿון רודאַשעווסקיס טאָגבוך — מיט אַ פֿאַקסימיליע פֿונעם נאָטיצביכל, אַן אַקוראַטער טראַנסקריפּציע און דעם גאַנצן קריטישן אַפּאַראַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.