טאָמער דאַרף עמעצער אַ מאָל בויען אַ תּבֿע, דערקלערט אונדז די תּורה ווי אַזוי. טאָמער דאַרף מען מאַכן אַן אפֿוד [אַ קאָמפּליצירטן בגד פֿאַרן כּהן־גדול] ווערט עס אויך באַשריבן אין דער תּורה. טאָמער וויל מען אָבער באַקן חלה דאַרף מען קוקן ווײַטער ווי די פֿינף חומשים, פּונקט אַזוי ווי גיטי סאַלאָמאָן האָט געטאָן. די ייִדישע פֿאָלק־קינסטלערין, וואָס וווינט אין ברוקלין, ניצט טייג נישט נאָר צו באַקן חלה אָבער אויך צו אילוסטרירן די מנהגים און פֿאָלקלאָר במשך פֿון דער 6,000־יאָריקער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
סאַלאָמאָנס חלה־קונסט איז סײַ טיף סײַ מלא־חן.
אויסגעשולט ווי אַ רעד־טעראַפּעווט, האָט סאַלאָמאָן דאָס אָנגעהויבן סתּם ווי אַ צײַטפֿאַרטרײַב אין 2014 ווען זי האָט צום ערשטן מאָל געבאַקן אַ „שליסל־חלה‟ לכּבֿוד דעם ערשטן שבת נאָך פּסח. די טראַדיציע, לויט וועלכער דער בעקער באַקט אַ חלה אין דער פֿאָרעם פֿון אַ הויז–שליסל, האָט סאַלאָמאָן אַ ביסל פֿאַרברייטערט מיט זיבן וואָכן שפּעטער, ווען זי האָט לכּבֿוד שבועות געבאַקן אַ חלה אין דער פֿאָרעם פֿון אַ בלימעלע. סאַלאָמאָן האָט אָנגעהויבן אַרויפֿשטעלן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר „חלהדיקער‟ קונסטאַרבעט — סײַ ווי רויע טייג סײַ געבאַקענערהייט — אויף פֿייסבוק, אינסטאַגראַם און פּינטערעסט.
די בילדער האָבן טאַקע אַרויסגערופֿן אַ סך פּאָזיטיווע קאָמענטאַרן. אַ גליקלעכע האָט סאַלאָמאָן אָנגעהויבן מאַכן חלה־סקולפּטורן פֿאַר אַלערליי געלעגנהייטן.
איידער זי באַשליסט אַ טעמע, לייענט סאַלאָמאָן די סדרה אָנלײַן. עטלעכע פּרשיות — אין בראשית, למשל — זענען גרינג צו אילוסטרירן ווײַל זיי זענען פֿול מיט לעבעדיקע מעשׂיות און געשיכטעס (ווי, למשל, וועגן דעם עץ־הדעת). אַנדערע, ספּעציעל אין ויקרא זענען מער עסאָטעריש; דערפֿאַר איז איר ליבער אין יענע פֿאַלן צו אילוסטרירן דעם ייִדישן חודש ווי, למשל, „אדר‟ אָדער אַפֿילו אַ סצענע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟.
צווישן די אַנדערע טעמעס וואָס זי אילוסטרירט: יום־העצמאות, דער אַמעריקאַנער דאַנקטאָג און דער לייב פֿונעם שבֿט יהודה.
דאָס טייג וואָס סאַלאָמאָן ניצט איז פֿול מיט אייער, צוקער און גלוטען. „דער רעצעפּט איז בכלל נישט געזונט,‟ זאָגט זי מיט אַ שמייכל. „אין דעם פֿאַל איז קונסט טאַקע חשובֿער ווי דערנערונג.‟
סאַלאָמאָנס קונסטאַרבעט קען מען בלויז זען אָנלײַן. די אמתע ברויטסקולפּטורן האָבן דעם זעלבן גורל ווי סתּם חלה: סאַלאָמאָן מיט איר משפּחה עסן זיי אויף יעדן שבת.
כּדי צו לייענען דעם פֿולן רעצעפּט קוועטש דאָ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.