נישט לאַנג צוריק זענען אין ארץ־ישׂראל געשען עטלעכע טרויעריקע זאַכן. דעם 30סטן מאַרץ זענען טויזנטער פּאַלעסטינער פֿון עזה צוגעערקומען צום זיכערהייט־מויער. 19 פֿון זיי זענען דערשאָסן געוואָרן און 1,400 פֿאַרוווּנדעט. נאָך 15 מענטשן זענען אומגעקומען אין שײַכותדיקע אינצידענטן און נאָך אַ ריזיקע צאָל האָט באַקומען וווּנדן. אויף די סאָציאַלע נעצן האָט זיך אָנגעהויבן צווישן די רעכטע ייִדן אַן אָנגייענדיקע דיסקוסיע וועגן דעם „באַרבאַרישן כאַראַקטער‟ פֿון די באַטייליקטע אין די דעמאָנסטראַציעס.
צוליב די דאָזיקע געשעענישן, האָט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿון דורהעם, צפֿון־קאַראָלײַנע, פֿאַרווערט די אָרטיקע פּאָליציאַנטן צו באַטייליקן זיך אין ישׂראלדיקע „מיליטעריש־געשטימטע‟ צוגרייטונג־פּראָגראַמען. צום ערשטן מאָל האָט אַן אַמעריקאַנער שטאָט אָפֿיציעל אָנגענומען אַזאַ רעזאָלוציע. אויפֿן באַשלוס האָבן משפּיע געווען אַ ריי פּראָ־פּאַלעסטינער און ייִדישע שלום־אָרגאַניזאַציעס.
אויף אַן עטוואָס מאָדנעם אופֿן, דערמאָנען מיך די טראַגישע געשעענישן אין ארץ־ישׂראל אין גאָר אַן אַנדער היסטאָרישן ענין. הײַיאָר פּראַוועט מען אין רוסלאַנד דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. פֿאַר אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער איז עס געווען אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער וועלט־געשיכטע – צום גוטן צי צום שלעכטן – אָבער בדרך־כּלל אַ פֿרעמדער.
גאָר אַנדערש באַטראַכט מען היסטאָריש די רוסישע רעוואָלוציאָנערע געשעענישן אויף דער ייִדישער גאַס. אַפֿילו אין די חסידישע קהילות, וואָס שטאַמען פֿון אונגערן און פּוילן, באַטראַכט מען די רוסישע רעוואָלוציע ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע. בײַ אַ לייענער פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור איז בכלל אוממעגלעך זיך צו באַגיין אָן דער טעמע פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. איר השפּעה פֿילט זיך אין אַלע ליטעראַרישע באַוועגונגען בײַ ייִדן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
די ברוטאַלע אַרמיי־אַקציע האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה אינעם לאַנד. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מען אין רוסלאַנד יאָ אײַנגעפֿירט אַ דעמאָקראַטישע רעגירונג און געביטן די אַבסאָלוטע צאַרישע מאַכט אויף אַ קאָנסטיטוציאָנעלער מאָנאַרכיע. שפּעטער, אין 1907, האָט אָבער דער צאַר צעטריבן דעם פּאַרלאַמענט; מע האָט באַגרענעצט די שטימרעכט פֿון די אָרעמע וויילער און לינקע פּאַרטייען. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מיט נאָך 10 יאָר שפּעטער אויסגעבראָכן די וועלט־באַרימטע אָקטאָבער־רעוואָלוציע.
בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן בערך 67 פּראָצענט ייִדן אין דער גאַנצער וועלט געוווינט אין רוסלאַנד. על־פּי רובֿ זענען זיי געווען טראַדיציאָנעלע שומרי־תּורה־ומיצוות. פּלוצעם, אין אַ רעלאַטיוו קורצער ווײַל, האָבן אַ ריזיקע צאָל ייִדן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דעם טראַדיציאָנעלן לעבן־שטייגער און זיך אָנגעשלאָסן אין רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען.
ווי אַזוי ווערט מען בכלל אַ רעוואָלוציאָנער? ד״ר אינאַ שטאַקסער, וועלכע אַרבעט איצט ווי אַ צײַטווײַליקע פּראָפֿעסאָרין בײַם טוליין־אוניווערסיטעט אין ניו־אָרלינס, דערציילט וועגן דעם אין איר בוך The Making of Jewish Revolutionaries in the Pale of Settlement.
אויפֿן סמך פֿון פּערזענלעכער קאָרעספּאָנדענץ און אַנדערע דאָקומענטן, ווײַזט זי, ווי אַזוי די רוסישע ייִדן זענען ראַדיקאַליזירט געוואָרן אינעם פּעריאָד פֿון 1905 ביז 1907. אַוודאי, האָבן די יונגע סטודענטן און אַרבעטער ווײַטער אָנגעהאַלטן זייערע באַציִונגען מיט די טראַדיציאָנעלע ייִדן; חידושדיק גיך און מיט גרויס התלהבֿות האָבן זיי זיך אָבער „איבערגעפּעקלט‟ אין גאָר אַן אַנדער – און אַ סכּנותדיקער – וועלט פֿון אונטערערדישער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט.
שטאַקסער, אַ געבוירענע אין אָדעס, שטעלט דעם טראָפּ אין אירע פֿאָרשונגען אויף „פּשוטע‟ רעוואָלוציאָנערן – נישט באַרימטע פֿיגורן, נאָר דורכשניטלעכע ראַדיקאַל־געשטימטע מענטשן. זי גלייבט, אַז די טעמע בלײַבט גאַנץ אַקטועל, ווײַל נאָכן גלאָבאַלן עקאָנאָמישן קריזיס אין די יאָרן 2008-2007, האָבן אַ ממשותדיקע צאָל יונגע־לײַט, אַרײַנגערעכנט ייִדישע, זיך פֿאַראינטערעסירט אין לינק־ראַדיקאַלע געדאַנקען. צו די פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן באַציט זי זיך אויך מיט סימפּאַטיע.
עס וואָלט געווען אַ גרויסער טעות צו טראַכטן, אַז מיליטאַנטישע פּראָטעסט־שטימונגען זענען פֿאַרשפּרייט בלויז אין „עקזאָטישע‟ און געפֿערלעך צוריקגעצויגענע לענדער. למשל, 55 מענטשן זענען אומגעקומען בעת די מאַסן־פּראָטעסטן אין לאָס־אַנדזשעלעס און סאַן־פֿראַנציסקאָ אינעם יאָר 1992, צוליב דעם ראַסיסטישן באַשלוס פֿונעם אָרטיקן געריכט נישט צו באַשטראָפֿן פֿיר ווײַסע פּאָליציאַנטן פֿאַרן שלאָגן דעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מאַן ראָדני קינג. 5,500 הײַזער האָבן די דעמאָנסטראַנטן דעמאָלט פֿאַרברענט; 2,000 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און 12 טויזנט אַרעסטירט.
בשעת דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, האָבן די סאָציאַלע פּראָטעסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צומאָל געהאַט נאָך אַ שאַרפֿערן כאַראַקטער. אין 1921 האָבן 15,000 באַוואָפֿנטע שאַכטיאָרן אין מערבֿ־ווירדזשיניע דערקלערט פֿאַקטיש אַ מלחמה קעגן דער קלאַסן־עקספּלואַטאַציע.
אַזוי צי אַזוי, לאָמיר זיך אומצוקערן צו די אומגעקומענע פּאַלעסטינער. די פֿאַרטיידיקער פֿון צה״ל טענהן, אַז קיין אַנדער ברירה האָבן די סאָלדאַטן נישט געהאַט. דער דערמאָנטער רוסישער גלח, געאָרגי גאַפּאָן, איז דאָך אויך געווען אַ ראַדיקאַלער קריסט; לויט די הײַנטיקע מערבֿדיקע סטאַנדאַרטן — אַ מין רעליגיעזער עקסטרעמיסט. די רוסישע אַרמיי האָט דעמאָלט אויך געטענהט, אַז קיין אַנדער ברירה האָט זי נישט געהאַט.
די רוסישע אַנטיסעמיטן האָבן זיך באַצויגן דעמאָלט צו די ייִדן פּונקט אַזוי ווי די רעכטע ישׂראלים באַצײַען זיך צו די פּאַלעסטינער: ווי צו אַ פֿרעמדן, ווילדן און סכּנותדיקן עלעמענט, וואָס טאָר נישט אַרויסווײַזן די נאָז פֿונעם תּחום־המושבֿ. ס׳איז אמת, אַז ווײַט נישט אַלע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן האָבן אויסגעזען ווי דער פֿרידלעכער ראָמאַנטישער בחור פּערטשיק אינעם פֿילם „פֿילדער אויפֿן דאַך‟. נישט ווייניק פֿון זיי זענען געווען אַנטשלאָסענע טעראָריסטן און האָבן אַפֿילו אָנגעשריבן גאַנצע פּראָפּאַגאַנדע־ביכער אויף ייִדיש לטובֿת דעם טעראָר.
כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם געהאַסטן תּחום־המושבֿ, האָבן די ייִדישע ראַדיקאַלן בפֿירוש געוווּנטשן, צום בײַשפּיל, צו באַגראָבן דעם צאַר „צוזאַמען מיט דער מאַמען‟. דעם צאַרס מאַמע איז בשלום געשטאָרבן אין דענמאַרק, אָבער דעם צאַר מיט זײַן גאַנצער משפּחה, נעבעך, האָבן די באָלשעוויקן, בראָש מיט יעקבֿ יוראָווסקי, שפּעטער טאַקע באַגראָבן. דער גרויסער אונטערשייד פֿון די הײַנטיקע איסלאַמישע טעראָריסטן באַשטייט אין דעם, וואָס יענע רעוואָלוציאָנערן האָבן טעראָריזירט, בדרך־כּלל, בלויז די „קלאַסן־שׂונאים‟ און נישט צופֿעליקע מענטשן אויף דער גאַס. פֿון דעסט וועגן, האָבן זיי בפֿירוש געהאַלטן פֿון טעראָריסטישע מעטאָדן.
בעת אַ שמועס מיטן פֿאָרווערטס האָט שטאַקסער באַטאָנט, אַז לויט איר מיינונג איז טאַקע באַרעכטיקט צו פֿאַרגלײַכן די הײַנטיקע פּאַלעסטינער אַקטיוויסטן אין עזה מיט די אַמאָליקע ייִדן אינעם תּחום־המושבֿ. אַוודאי, ווען מע פֿאַרגלײַכט פֿאַרשיידענע אַקטיוויסטישע גרופּעס אין דער וועלט, מוז מען אַנאַליזירן די פּרטים פֿון זייער ספּעציפֿישן פּאָליטישן און עקאָנאָמישן מצבֿ, אידעאָלאָגיעס און רעליגיעזע איבערצײַגונגען. ס׳איז אָבער וויכטיק צו געדענקען, אַז מיט 110 יאָר צוריק האָבן די ייִדישע רעוואָלוציאָנערן אין רוסלאַנד אויך געהאַט די רעפּוטאַציע פֿון „ווילדע און מסוכּנע‟ ראַדיקאַלן. וואָס שייך דער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1905, איז כּדאַי די מערבֿדיקע לייענער זיך בעסער באַקענען מיט אירע סיבות, אַרײַנגערעכנט דעם פֿענאָמען פֿון דער פּלוצעמדיקער ראַדיקאַליזאַציע פֿון טויזנטער שטעטלדיקע ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.