ידיעות פֿון װאַרשע

News from Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 24, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ווען וואַרשע האָט דעם 19טן אַפּריל אָפּגעמערקט דעם פֿינעף און זיבעציקסטן יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד האָבן דרײַ זאַכן געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם. 

די ערשטע זאַך איז געווען די רעדע פֿונעם פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן וועלטקאָנגרעס, ראָנאַלד לאַודער, אין דער צערעמאָניע צופֿוסן דעם געטאָ קעמפֿערס דענקמאָל. 

ראָנאַלד לאַודער האָט געזאָגט אַז די דאָזיקע אַקאַדעמיע איז אַנדערש ווי אַלע אַנדערע טרויער־אַקאַדעמיעס. דאָ, האָט ער דערמאָנט, האָט אַ גרופּע יונגע ייִדן געקעמפֿט קעגן זייערע אונטערדריקערס. כאָטש זיי האָבן געהאַט ווייניק געווער, עסן אָדער מיליטערישער דערפֿאַרונג, האָבן זיי געקעמפֿט קעגן דער שטאַרקסטער אַרמיי אין אייראָפּּע אין יענע יאָרן. זיי האָבן גוט געוווּסט אַז זיי וועלן נישט זיגן איבער דער דײַטשער אַרמיי און אַז זיי וועלן אומקומען. פֿון דעסט וועגן האָבן זיי געקעמפֿט. 

הײַנט, האָט לאַוּדער געזאָגט, שטייען מיר אויפֿן זעלבן אָרט װוּ מע האָט דורכגעפֿירט דעם קאַמף אָבער ס’איז אונדז שווער צו באַגרײַפֿן די שרעקלעכע ווירקלעכקייט פֿון דער געטאָ. פֿון וואַנעט האָבן זיי געשעפּט דעם מוט צו קעמפֿן קעגן די סאָלדאַטן פֿונעם „עס־עס‟־עליט? וואָלטן מיר געהאַט אַזאַ מוט? זײַן ענטפֿער: די געטאָ־קעמפֿערס האָבן דאָס געטאָן צוליב דער זעלבער סיבה וואָס די ייִדישע אויפֿשטענדלערס האָבן דאָס געטאָן מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק קעגן די רוימישע לעגיאָנען אין מצדה. אַ טיפֿער אינערלעכער קול האָט זיי געזאָגט: גענוג! מיר וועלן זיך מער נישט אונטערגעבן.

זיי האָבן נישט געוווּסט און האָבן נישט געקאָנט וויסן די גרויסע השפּעה פון זייער אויפֿשטאַנד אויף די קומענדיקע דורות פֿון ייִדן און אַנדערע פֿרײַהײַט־קעמפֿערס, האָט לאַודער צוגעגעבן.

ער האָט אויך באַמערקט אַז די טרויער־אַקאַדעמיע קומט פֿאָר הײַיאָר אין דער זעלבער צייט וואָס מדינת־ישׂראל פֿײַערט איר זיבעציקסטע יאָר. פֿינעף יאָר נאָך דעם וואָס די העלדישע יונגע פּוילישע ייִדן האָבן געקעמפֿט קעגן די נאַציס איז אויפֿגעשטאנען פֿון די אַשן די מאָדערנע ייִדישע מלוכה — מדינת־ישׂראל.

איצט צו דער צווייטער זאַך וואָס האָט געמאַכט אויף מיר אַ רושם. דעם זעלבן טאָג, האָט דער פּוילישער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פון קאַטאָוויץ געשפּילט בעטאָווענס נײַנטע סימפֿאָניע מיט שילערס באַרימטער אָדע צו פֿרייד אין אַ קאָנצערט בײַם געטאָ קעמפֿערס דענקמאָל.

אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיי דערמאָנט דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער וואָס האָט געשפּילט אין דער וואַרשעווער געטאָ און האָט זיך צוגעגרייט צו אַ קאָנצערט אין איינעם מיט אַ כאָר פֿון אכציק זינגערס. אין יולי 1942, פֿאַרן קאָנצערט, האָבן די דײַטשן פֿארשיקט די מוזיקערס מיט די אַנדערע דרײַ הונדערט טויזנט אײַנוווינערס פֿון דער געטאָ אינעם אומברענגלאַגער טרעבלינקע. דערפֿאַר האָבן די זינגערס און כאָר בײַם אָוונטיקן טרויער-אַקאַדעמיע געזונגען שילערס טעקסט אין דער העברעיִשער איבערזעצונג, ווי דעמאָלט אין די פּראָבעס פֿארן געטאָ־קאָנצערט. 

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער אויף מיר האָט געמאַכט נאָך אַ גרעסערן רושם אַ נײַ סימפֿאָניש ווערק וואָס דער יונגער פּוילישער קאָמפּאָזיטאָר ראַדזימיר דעמבסקי האָט געשריבן ספּעציעל פֿאַר דער אַקאַדעמיע. איך מוז דאָ צוגעבן אַז איך בין אַ קנאַפּער חסיד פֿון מאָדערנער מוזיק.

און וואָס איז די דריטע זאַך וואָס האָט געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם? דאָס זענען געווען די וואַרשעווער תּושבֿים. הונדערטער און אפֿשר טויזנטער פֿון זיי האָבן די לעצטע טעג געטראָגן אויף זייערע בגדים די געלע נאַרציסן וואָס דער ייִדישער מוזיי האָט פֿאַרטיילט אויף די גאַסן פון דער פּוילישער הויפּטשטאָט. די פּאַפּירענע נאַרציסן דערמאָנען, פֿארשטייט זיך, די נאַצישע געלע לאַטעס. אין דער זעלבער צײַט סימבאָליזירן זיי פֿרילינג און אויפֿבלי. די כּוונה איז אַז דער אָנדענק פֿון די ייִדישע קרבנות און העלדן זאָל קיינמאָל נישט פֿאַרוויאַנעט ווערן.