ייִדישער פֿירער אין דײַטשלאַנד: „טראָגט ניט קיין יאַרמלקעס‟

German Jewish Leader: "Don't Wear a Kippah"


פֿון ייִט״אַ

Published April 25, 2018.

דער פּרעזידענט פֿון דער גרעסטער ייִדישער דאַך־אָרגאַניזאַציע אין דײַטשלאַנד האָט לעצטנס רעקאָמענדירט, אַז די ייִדן אין דײַטשלאַנד זאָלן ניט טראָגן אין דער עפֿנטלעכקייט קיין יאַרמלקעס.

„איך וואָלט יענע מענטשן געראָטן, זיי זאָלן ניט טראָגן קיין יאַרמלקעס אין דער עפֿנטלעכקייט אין די גרויסע דײַטשישע שטעט,‟ האָט געזאָגט יוסף שוסטער, דער פּרעזידענט פֿונעם „צענטראַלן ראָט פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד,‟ בעת אַ סעריע ראַדיאָ־אינטערוויוען.

אַנשטאָט אַ יאַרמלקע האַלט שוסטער, אַז די ייִדן זאָלן טראָגן „אַ בייסבאָל־היטל אָדער עפּעס ענלעכס.‟

זײַן עצה איז געקומען עטלעכע טעג נאָך דעם, וואָס אַן ישׂראלי איז באַפֿאַלן געוואָרן דורך אַ סירישן מאַן, וואָס האָט געשריגן אויף אים מחמת ער, דער ישׂראלי, האָט געטראָגן אַ יאַרמלקע. דעם אָנגעפֿאַלענעם, וואָס איז געשמיסן געוואָרן מיט אַ פּאַסיק, האָט שפּעטער דערקלערט אַז ער איז אַליין ניט קיין ייִד, נאָר אַן אַראַבער פֿון חיפֿה, וואָס האָט געוואָלט איבערצײַגן זײַן חבֿר, אַז דער אַנטיסעמיטיזם איז דווקא ניט קיין געפֿאַר אין בערלין.

ווי אַן אָפּרוף אויפֿן אינצידענט האָט אַ ריזיקע קאָאַליציע רעליגיעזע, פּאָליטישע און אַקאַדעמישע אָרגאַניזאַציעס אינדאָרסירט אַ דעמאָנסטראַציע מיטן נאָמען „בערלין טראָגט אַ יאַרמלקע,‟ וואָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען פֿאַרן ייִדישן קהילה־צענטער אין בערלין.