די נײַע גרונדיקע שטודיע פֿון פּראָפֿעסאָר װלאַדימיר חזן פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט ברענגט צונױף שטיקלעך פֿון דער געשפּאַטנער און דראַמאַטישער לעבנס־געשיכטע פֿון אַנדרײ (ישׂראל) סאָבאָל (1887־1926), אײנעם פֿון די אײגנאַרטיקסטע רוסיש־ייִדישע שרײַבער.
סאָבאָל איז געבױרן געװאָרן טיף אין רוסלאַנד אין דער שטאָט סאַראַטאָװ, אָבער אױפֿגעװאַקסן אין דער ליטע. יונגערהײט איז ער אַרײַן אין דער פּאַרטײ פֿון סאָציאַליסטן־ציוניסטן און פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער רוסישער ראָװאָלוציע פֿון 1905. פֿאַר דעם איז ער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט געװאָרן קײן סיביר אױף קאַטאָרגע. דאָרט איז ער דורכגעגאַנגען אַלע שבֿעה מדורי גיהנום, אָבער עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלױפֿן. די קאַטאָרגע־יאָרן האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שטעמפּל אױף זײַן נשמה. ער איז געװאָרן נערװעז, געליטן אױף מרה־שחורה, און סוף־כּל־סוף באַגאַנגען זעלבסטמאָרד.
סאָבאָלס נאָמען איז הײַנט ניט אַזױ גוט באַקאַנט װי די נעמען פֿון אַנדערע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטן, אַזעלכע װי יצחק באַבעל אָדער איליה ערנבורג. אָבער בשעתו איז סאָבאָל געװען פּאָפּולער: אױף רוסיש זײַנען אַרױס זײַנע געזאַמלטע װערק אין פֿיר בענד, און אױף ענגליש איז אין 1930 דערשינען אַ װאָגיקע זאַמלונג פֿון זײַנע דערצײלונגען. זײַנע װערק זײַנען אַרױס אױך אין ייִדישע איבערזעצונגען אין פּױלן. חזנס װאָגיק בוך פֿון נײַן הונדערט זײַטן רעקאָנסטרויִרט ניט נאָר סאָבאָלס לעבן מיט אַלע פּרטים, נאָר אױך דעם ברײטערן קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן קאָנטעקסט.
אַזױ װי זײַן עלטערער מיטצײַטלער ש. אַנ־סקי, איז סאָבאָל געװען טעטיק אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות. ער איז געװען אַן אַקטיװער רעװאָלוציאָנער, אָבער דערבײַ אַ קעגנער פֿון די באָלשעװיקעס, האָט ער געמוזט אַנטלױפֿן פֿון רוסלאַנד צװײ מאָל, צוערשט פֿונעם צאַרישן רעזשים אין 1908 און דערנאָך פֿון דער סאָװעטישער מאַכט מיט צען יאָר שפּעטער. ער האָט זיך אומגעקערט קײן מאָסקװע אין 1925 און האָט אַפֿילו פֿאַרנומען אַ חשובֿע שטעלע אינעם סאָװעטישן ליטעראַרישן פֿאַראײּן, אָבער מיט אַ יאָר שפּעטער האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן, זיך דערשאָסן אױפֿן טװערסקאָי בולװאַר אינעם סאַמע צענטער פֿון מאָסקװע.
סאָבאָלס ליטעראַרישער סטיל, װי זײַן כאַראַקטער, איז געװען אױפֿגערעגט און נערװעז. זײַנע העלדן, לרובֿ רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן, װאַרפֿן זיך פֿון אײן צד צו דעם אַנדערן, און זײַנען ניט בכּוח צו געפֿינען זײער אָרט אינעם לעבן. אַזױ װי אַנ–סקי, האָט סאָבאָל געזוכט אַן אײגענעם װעג „צװישן צװײ װעלטן‟, אָבער ער איז געװען ניט אַזױ טיף פֿאַרטאָן אין ייִדישקײט. ער האָט איבערגעזעצט אױף רוסיש „די בלאָנדשענדע שטערן‟ פֿון שלום־עליכם און רעדאַגירט דעם רוסישן זאַמלבוך „די ייִדישע װעלט‟. צוליב דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע איז אַרױס בלױז אײן נומער פֿון דער דאָזיקער פּעריאָדישער פּובליקאַציע, װאָס װאָלט געקאָנט זײַן זײער אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער רוסיש־ייִדישער קולטור.
„די ייִדישע װעלט‟ איז געװען אױסן צו באַקענען דעם רוסישן עולם מיט די לעצטע װערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור: די דערצײלונגען פֿון ל. שאַפּיראָ, איטשע־מאיר װײַסנבערג, דוד איגנאַטאָװ, בריװ פֿון שלום־עליכם, אַרטיקלען פֿון שמואל ניגער, ש. אַנ־סקי און דעם קונסט־קריטיקער אַבֿרהם עפֿראָס. סאָבאָל האָט צוגעצױגן צו זײַן פּראָיעקט באַרימטע רוסישע דיכטער װי איבערזעצער. דער צװײטער באַנד, װאָס איז קײן מאָל ניט אַרױס צוליב פּאָליטישע סיבות, האָט געדאַרפֿט אַרײַננעמען נײַע װערק פֿון דוד בערגעלסאָן, ל. שאַפּיראָ, דניאל טשאַרני, הירש דוד נאָמבערג, חיים זשיטלאָװסקי, יואל ענגעל און ישׂראל צינבערג. די דאָזיקע סעריע װאָלט באַקענט די רוסישע אינטעליגענץ מיט די לעצטע טענדענצן איּן דער ייִדישער װעלט–קולטור און געדינט װי אַ ייִדישער בריק צװישן רוסלאַנד און אַמעריקע.
אין זײַנע אײגענע װערק האָט סאָבאָל געשילדערט די געשטאַלט פֿונעם ייִדישן נע־ונד, װאָס װאַלגערט זיך פֿון לאַנד צו לאַנד. אַזאַ פֿיגור איז אַלכּסנדר גאָמעלסקי, דער העלד פֿון דער דערצײלונג „שטײ אױף און גײ‟. די דאָזיקע דערצײלונג איז אַרױס אױף רוסיש אינעם פֿולן פֿאַרנעם שױן נאָך סאָבאָלס טױט אין 1927, און אין אַ ייִדישער איבערזעצונג איז זי דערשינען אין דער װאַרשעװער צײַטשריפֿט „דאָס ייִישע פֿאָלק‟. גאָמעלסקי געהערט צו דעם ליטעראַרישן שבֿט פֿון פּליטים, װאָס איז אױסגעפֿאָרשט געװאָרן אין מרים אודעלס לעצטן בוך „קײן מאָל בעסער!‟. דער דאָזיקער ייִד האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ קריסטלעכער פֿרױ און זיך געשמדט, כּדי התונה האָבן מיט איר. אָבער װען זײ האָבן זיך צעקריגט, האָט זי אים באַלײדיקט מיטן זידלװאָרט „זשיד. דער מאַן איז אַװעק קײן אױסלאַנד און באַשלאָסן צו טאָן תּשובֿה כּדי אומצוקערן זיך צו ייִדישקײט. אין פּאַריז האָט ער געטראָפֿן אַ ייִדישע טעאַטער־טרופּע און אָנגענומען די ראָלע פֿונעם אַנטיסעמיטישן גלח אין דער פּיעסע װעגן מענדל בײליס. חזן האַלט, אַז דער דאָזיקער העלד האָט געהאַט אַ רעאַלן פּראָטאָטיפּ, דעם אינזשענער פּנחס רוטענמבער, אַ רוסישן רעװאָלוציאָנער, װעלכער האָט שפּעטער אױפֿגעבױט עלעקטרישע סטאַנציעס אין ארץ־ישׂראל.
סאָבאָל איז געװען אַ לײדיקע פֿיגור מיט אַ „פֿאַרפּלאָנטערטער רוסיש־ייִדישער נשמה‟, װאָס האָט געליטן אַ סך מפּלות אין זײַן לעבן, שרײַבט חזן. זײַן ליטעראַרישע ירושה פֿאַרבלײַבט ערגעץ צװישן צװײ קולטורן, און מסתּמא דערפֿאַר איז זײַן נאָמען כּמעט װי פֿאַרגעסן געװאָרן סײַ אין דער רוסישער סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. הזנס ביאָגראַפֿיע, „אַ מעשׂה װעגן דעם, װי אַלץ איז אַרױסגעקומען קאַפּױער‟, איז אַ װירדיקער דענקמאָל דעם שרײַבער און זײַן תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.