מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
אָט איז מײַן קידושין־רינגל. ס׳איז אויך געווען מײַן עלטער־באָבעס צווייט חתונה־רינגל. זי איז קינדווײַז געקומען קיין אַמעריקע פֿון אוקראַיִנע בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און האָט מיט דער צײַט זיך באַזעצט אין פֿילאַדעלפֿיע.
איין מאָל, יאָרן נאָך דער חתונה, האָט זי זיך געכאַפּט, אַז זי האָט דאָס פֿינגערל פֿאַרלוירן. האָט זי געבעטן בײַ איר מאַן, ער זאָל איר קויפֿן אַ נײַס. ער האָט אָפּגעלאַכט פֿון איר בקשה, פֿרעגנדיק פֿאַר וואָס זי דאַרף אַ חתונה־רינגל, אַז אַלע ווייסן דאָך, אַז זי איז זײַן פֿרוי.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, מײַן עלטער־באָבען ניט געפֿעלן געוואָרן און מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט דער עלטער־זײדע איר געשאָנקען אַ פֿינגערל, וואָס ער האָט אַליין געמאַכט דורך פֿאַרלייטן עטלעכע דראָטן. שפּעטער האָט ער פֿאַרביטן דאָס דראָטענע רינגל מיטן דאָזיקן רינגל אויסגראַווירט מיט טראַדיציאָנעלע מאַראַנצן־בלומען. ווען זי איז געשטאָרבן האָט מײַן באָבע עס געירשנט.
מיט יאָרן שפּעטער האָט די באָבע עס מיר איבערגעגעבן לכּבֿוד מײַן אייגענער פֿאַרקנסונג, און מיר דערציילט די גאַנצע געשיכטע. דאָס פֿינגערל איז נישט סתּם אַ סימבאָל פֿון מײַן זיווג־לעבן; ס׳איז ממש אַ פֿאַרבינדונג צו מײַן פֿאַרגאַנגענהייט און צו מײַן עלטער־באָבע־זיידע, וואָס איך האָב ניט געהאַט דעם זכות צו קענען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.