הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן אַ נײַער ייִדישער פֿאָרשטעלונג אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער בפֿרט און די פּראָבלעמען פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן טעאַטער בכלל.
דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער שטעלט פּיעסעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיטן ייִדישן לעבן און מיט דער ייִדישער קולטור, לאַוו־דווקא אין ייִדיש. דערפֿאַר איז דאָס אַ שטיקל יום־טובֿ ווען די פֿאָרשטעלונג איז סײַ טעמאַטיש סיי לינגוויסטיש אַ ייִדישע.
סע גייט אַ רייד וועגן איציק מאַנגערס חומש לידער. די חומש לידער זענען אייגנטלעך נישט קיין פּיעסע נאָר אַ ריי לידער וואָס דער געניאַלער ייִדישער פּאָעט האָט געשריבן לויט תּנ”כישע מאָטיוון. אַנדריי מונטעאַנו, דער יונגער ייִדישער רעזשיסאָר פֿון רומעניע, הייבט אָן זײַן פֿאָרשטעלונג מיט אָדם און חוה און ענדיקט זי מיט יוסף און פּוטיפֿרס ווײַב.
אין פּוילן איז דאָ אַ פּראָבלעם מיט די חומש טעקסטן. ס׳רובֿ מענטשן קענען זיי נישט אַזוי גוט. ייִדן און פּראָטעסטאַנטן זײַנען אַ סך מער באַהאַוונט אינעם תּנ”ך. במילא איז די פּאָליאַקן, בדרך־כּלל — קאַטוילישע — אַ ביסל שווער צו כאַפּן מאַנגערס ראַפֿינירטע תּנ”כישע פּאַראָדיע. אַ פּאַראָדיע וועגן דעם תּנ”ך קענען פֿאַרשטיין נאָר די וואָס קענען דעם תּנ”ך.
אפֿשר וואָלט נישט געשאַט צוצוגעגעבן אַ נאַראַטאָר, אַפֿילו אויף פּויליש אָדער אַנדערע שפּראַכן, וואָס קען לייענען די רעלעוואַנטע פֿראַגמענטן פֿונעם חומש פֿאַר יעדער סצענע. אויף אַזאַ אופֿן וועט דער עולם זיך באַקענען מיטן אָריגינעלן טעקסט איידער מען שפּילט מאַנגערס פּאַראָדישן נוסח.
מאַנגערס חומש לידער זענען שווערער צו פֿאָלגן ווי זײַנע מגילה־לידער. די סיבה איז אַ פּשוטע. די מגילה לידער פֿאָלגן אַריסטאָטעלס פֿאָדערונג פֿון אַ גוט געבויטער פּיעסע. דהײַנו - זיי האָבן אַן אָנהייב, אַ מיטן און אַ סוף. זיי דערציילן די מעשׂה פֿון פּורים. די חומש לידער האָבן נישט אַזאַ האָמאָגענישן סיפּור־המעשׂה.
מאַנגער האָט געשריבן אויף זײַן הומאָריסטיש־לירישן אופֿן נאָך אַ מגילה – מגילת רות. נאָר וואָס זשע? ווי ער אַליין דערציילט, האָט ער פֿאַרלוירן אַ היפּשן טייל פֿון זײַן טעקסט ווען ער איז אַנטלאָפן פֿון די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
מאַנגער האָט געלעבט נאָך דרײַ און צוואָנציק יאָר נאָך דער מלחמה אָבער די ייִדישע טעאַטערס האָבן פֿאַרמאַכט טיר און טויער פֿאַרן געניאַלן שאַפֿער. ווען אידאַ קאַמינסקאַ, למשל, וואָלט אים אײַנגעלאַדן ער זאָל פֿאַרענידקן זיין מגילת רות וואָלטן מיר הײַנט געהאַט נאָך אַ פּרעכטיקן טעקסט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער איך האַלט אַז מגילת רות וואָלט געווען אַ בעסערער טעקסט פֿאַר דער בינע ווי די חומש לידער.
נישט נאָר אין פּוילן האָט מען איגנאָרירט מאַנגערן כּל־זמן ער האָט געלעבט. אין ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען די ייִדישע טעאַטערס אויך נישט געווען אינטערעסירט אינעם גאָון פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די זעלבע מעשׂה איז געווען מיט חיים גראַדען.
ביידע, מאַנגער און גראַדע, האָבן נישט זוכה געווען צו זען זייערע טעקסטן אויף די בינעס און עקראַנען. דאָס איז פֿאָרגעקומען ערשט נאָך זייער פּטירה. שמואל בונים, וואָס איז געווען דער ערשטער וואָס האָט געשטעלט די מגילה לידער, אָדער דוד בראַנדעס און יוסף טעלושקין וואָס האָבן דראַמאַטיזירט גראַדעס מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער זענען נישט פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
די פֿראַנצויזן און ענגלענדער האָבן פֿון תּמיד אָן געהאַלטן שטאָל און אײַזן פֿון זייערע דראַמאַטורגן. יעדער פֿראַנצויז ווייסט אַז פֿראַנצייזיש איז די שפּראַך פֿון מאָליער און יעדער ענגלענדער ווייסט אַז ענגליש איז קודם־כּל די שפּראַך פֿון שעקספּיר.
בײַ אונדז ייִדן גיט מען נישט אָפ די דראַמאַטורגן אַזאַ כּבֿוד. אַ דראַמאַטורג איז כּמעט מיט בלאָטע גלײַך. אונדזערע גרעסטע דראַמאַטורגן, אַנ־סקי, דער מחבר פֿונעם דיבוק און שלום־עליכם, דער מחבר פון טבֿיה דער מילכיקער זענען ביידע געשטאָרבן צו 57 יאָר. ביידע האָבן נישט זוכה געווען צו זען זייערע פּיעסעס אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע.
דער ייִדישער „קליינקונסט טעאַטער‟ האָט זיך אויך באַצויגן מיט ביטול צו זײַנע שרײַבערס. דזשיגאַן און שומאַכער זענען געוואָרן באַרימט אויף דער גאַנצער וועלט מיט זייער סקעטש אײַנשטיין ווײַנשטיין. די אויפֿפֿירערס פֿונעם קליינקונסט־טעאַטער האָבן זיך אַפֿילו נישט מטריח געווען צו דערמאָנען ווער סע האָט געשריבן פֿאַר זיי דעם וווּנדערלעכן טעקסט.
דער ייִדישער טעאַטער האָט נישקשהדיקע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן. סע וואָלט זיי אָבער נישט געשאַט צו האָבן אַ ביסל דרך־ארץ פֿאַר די ייִדישע דראַמאַטורגן. אונדזער טעאַטער וואָלט פֿון דעם שטאַרק גענאָסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.