מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
מײַן משפּחהס סאַמאָוואַר
פֿייגע־מינדל בת אפֿרים־נחמן ושׂרה־טויבע (דורהאַם, צפֿון־קאַראָלײַנע)
דעם סאַמאָוואַר האָט געניצט מײַן מאַמעס משפּחה, די אָסטראָפֿס, פֿון אוקראַיִנע, כּדי צו דערלאַנגען הייסע טיי שבת, בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1920ער.
מע האָט אונדז דערציילט פֿאַרשידענע זאַכן וועגן דעם סאַמאָוואַר: ווי מע פֿלעג, למשל, מאַכן אַן „עסענץ‟ דורכן צונויפֿגיסן אַ ביסעלע פֿון דער שטאַרקער טיי וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן „קוימען‟ פֿון סאַמאָוואַר, מיטן אָנגעהייצטן וואַסער; ווי מע האָט געניצט אַ ברודערס אַלטן שטיוול פֿאַר אַ בלאָזזאַק; ווי מע האָט געזופּט די טיי האַלטנדיק אַ קלעצל צוקער צווישן די ציין און ווי די באָבע האָט פֿון צײַט צו צײַט איבערגעגעבן דעם מעשענעם טשײַניק אַ שמיד, ער זאָל איבערמאַכן דאָס אָפּגעריבענע צין.
כאָטש מע ניצט שוין מער נישט דעם סאַמאָוואַר, איז ער גלײַך ווי מײַן אייגענע מעשענע הגדה, צו דערצײלן מײַנע קינדער און קינדסקינדער וועגן אַ דור וואָס איך האָב נישט געקענט, פֿון אַן אָרט כּמעט צו ווײַט אַוועק עס זאָל עס קענען ריכטיק אָפּמאָלן. לויט דער משפּחהס מינהג האָט מען אָפּגעפּוצט דעם סאַמאָוואַר לכּבֿוד יום־טובֿ, כאָטש מיט דער צײַט האָט מען אים געניצט בלויז שבת.
דער סאַמאָוואַר האָט, אַגבֿ, עטלעכע אייגנאַרטיקע שטריכן: קליינע הילצערנע קליאַמקעס וואָס האָבן געדינט ווי הענטלעך פֿאַרן דעקל — אַ פּנים, אַן ענדערונג צוגעגעבן דאָ אין אַמעריקע. דאָס אַליין וואָלט נישט געווען אַזוי אינטערעסאַנט, נאָר וואָס דען? ביידע קליאַמקעס זענען געמאַכט געוואָרן פֿון דער זעלבער שפּולקע וואָס מע האָט געניצט מיט 100 יאָר צוריק צו האַלטן דעם פֿאָדעם. דער זיידע יאַנקל האָט זיך טאַקע באַזעצט אינעם איסט־סײַד בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט וווּ ער איז געוואָרן אַ שנײַדער.
כאָטש ס׳איז אַ שטיקל האָרעוואַניע אָפּצופּוצן דעם מעשענעם טשײַניק, טו איך עס גערן ווײַל זײַענדיק אַליין אַ טעפּער, פֿיל איך אין די הענט אַ טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט דער באָבע־זיידע וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געקענט … און דערבײַ פֿאַרשטיי איך אויך אַז דאָס אויפֿפּאַסן אויפֿן סאַמאָוואַר איז אַליין אַ מיצווה ווײַל אַזוי מערקן מיר אָפּ דעם אָנדענק פֿון די פֿריִערדיקע דורות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.