לעצטער גערער ייִד איז ניפֿטר געוואָרן צו 101 יאָר
דער לעצטער גערער ייִד איז אַוועק אין דער אייביקײט.
דעם 25סטן אַפּריל איז געשטאָרבן הענריק פּרײַז, דער לעצטער ייִדישער תּושבֿ פֿון גער, אָדער ווי עס הייסט אויף פּויליש — גוראַ קאַלוואַריאַ. ער איז געווען 101 יאָר אַלט.
פּרײַז האָט געדינט אין דער פּוילישער קאַוואַלעריע און איז שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. שפּעטער האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן בײַ אַ פּויערישער משפּחה לעבן גוראַ קאַלוואַריאַ. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין גער וווּ ער האָט געענדיקט אַגראָנאָמישע לימודים. פּרײַז איז געוואָרן דער שומר פֿונעם גערער הויף און בית־עולם.
אַזוי ווי ער איז געווען איינער פֿון די געציילטע פּוילישע ייִדן וואָס האָבן נישט עמיגרירט, איז זײַן ייִדיש געבליבן אַ ריין פּויליש־ייִדיש. דערפֿאַר טאַקע האָט פּראָפֿעסאָר דבֿ־בער קערלער אים רעקאָרדירט מיט עטלעכע יאָרן צוריק. אין דער רעקאָרדירונג דערציילט פּרײַז ווי דער בדחן פֿלעגט שיטן מיט גראַמען אין די ייִדישע חתונות פֿאַר דער מלחמה אין גער.
אבֿרהם (הענריק) פּרײַז איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿר־ישׂראל אויפֿן אָקאָפּאָווע ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע.
פֿייסבוק־זײַט עצהט ישׂראלים ווי צו פֿאַרברענגען אין וואַרשע פֿאַר ווייניק געלט
און איצט אַ פּאָר ווערטער וועגן אַ נײַעם פּאָפּולערן פֿייסבוק־זײַטל פֿאַר ישׂראלדיקע טוריסטן וואָס האָבן בדעה צו באַזוכן פּוילן. איר שאַפֿערין הייסט דניאלה סיגנר (סיגנער).
דניאלה סיגנר דערציילט אַז פֿאַר איר ערשטער נסיעה קיין פּוילן האָט זי באַמערקט אַז דאָס רובֿ אינפֿאָרמאַציע וועגן פּוילן האָט צו טאָן מיטן חורבן.
זי האַלט אַז אַ נסיעה קיין פּוילן דאַרף טאַקע ארײַננעמען די פּוילישע ייִדישע געשיכטע, אָבער אַנדערע זאַכן אויך. זי האָט זיך נישט געפֿוילט און געגרינדעט אַ פֿייסבוק גרופּע וואָס גיט עצות פֿאַר ישׂראלדיקע טוריסטן. סיגנר גיט אַ בײַשפּיל פֿון איר ערשטער, אָבער בשום־אופֿן נישט לעצטער נסיעה קיין וואַרשע.
ראשית־כּל, דערציילט זי, אַז פֿאַר אַן ערך הונדערט דאָלאַר אַ טאָג האָט זי געדונגען אַ שיינעם צימער אינעם וואַרשעווער אינטערקאָנטינענטאַל האָטעל אין מיטן וואַרשע. אין תּל־אָבֿיב, דאָס קען איך אײַך זאָגן, וואָלט אַזאַ צימער געקאָסט דרײַ מאָל אַזוי פֿיל. גאַנץ אויבן, ממש אונטערן דאַך, דערציילט דניאלה, קענט איר שווימען אין אַ שיינעם שווימבאַסיין און קוקן אויף דער גאַנצער שטאָט וואָס ליגט צופֿוסן.
און ווי האָט זי פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט? איז אַזוי. זי איז געווען אינעם ייִדישן מוזיי „פּולין‟; געקויפֿט כּל־המינים שיינע זאַכן אין אַרקאַדיאַ, אַ גרויסן וואַרשעווער האַנדל־צענטער, פֿאַרבראַכט כּמעט אַ גאַנצן טאָג אינעם לאַזשענקי פּאַרק וווּ זי האָט זיך צוגעהערט צו אַ שאָפּען־קאָנצערט אונטערן פֿרײַען הימל — בחינם.
אין אָוונט האָט זי הנאה געהאַט פֿון דער אַלטשטאָט און די לעצטע שעהען פֿאר איר צוריקפֿלי קיין תּל־אָבֿיבֿ האָט זי געגעסן אַ געשמאַקן פֿרישטיק אין “מנורה”, דער ייִדישער רעסטאָראַן אויפֿן גזשיבאָווסקי סקווער.
ווי עס זאָגט דניאלה סיגנר: וואַרשע איז סײַ ביליק סײַ טשיקאַווע און האָט עפּעס אַזוינס וואָס געפֿעלט אונדז ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.