בריוו פֿון אַ ייִדישער פֿרוי אויפֿן וועג צום גאַזקאַמער, פֿאַרעפֿנטלעכט

Letter Written By Jewish Woman Before Entering Gas Chamber, is Published

Getty Images

פֿון היילי כּהן (Forward)

Published May 09, 2018.

צענדליקער יאָרן האָט פֿרענק גרונוואַלד, אַן אינדיאַנאַפּאָליסער תּושבֿ, ניט געוואָלט לייענען דעם בריוו, וואָס זײַן מאַמע האָט אָנגעשריבן אין אוישוויץ גלײַך איידער זי איז אַרײַן אין גאַזקאַמער.

גרונדוואַלד האָט איבערגעלעבט אוישוויץ אָבער זײַן מאַמע ווילמאַ און זײַן ברודער זענען דאָרטן אומגעקומען. גלײַך איידער די מאַמע איז אַרײַנגעגאַנגען אין גאַזקאַמער, האָט זי אָנגעשריבן אַ בריוו פֿאַר איר מאַן קורט און אים איבערגעגעבן אַ דײַטשישן וועכטער. דער וועכטער האָט פּערזענלעך איבערגעגעבן דעם בריוו איר מאַן.

„איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן בריוו,‟ האָט גרונוואַלד געזאָגט דער צײַטונג „אינדיאַנאַפּאָליס־סטאַר‟.

גרונוואַלד איז געווען 11 יאָר אַלט ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט. זײַן פֿאָטער האָט אים גלײַך דערציילט וועגן דעם בריוו אָבער גרונוואַלד האָט ניט געהאַט דעם מוט אים איבערצולייענען ביז נאָך זײַן טאַטנס פּטירה אין 1967.

„דער פּאַפּיר איז שוין געל געוואָרן. איך האָב אים געזען און גלײַך געוווּסט וואָס דאָס איז,‟ האָט ער געזאָגט. „איך האָב דערקענט דער מאַמענס האַנטשריפֿט. זי דריקט ניט אויס קיין כּעס, פֿאַרדראָס אָדער ביטערקייט קעגן די דײַטשן. עס האַנדלט זיך בלויז וועגן מײַן פֿאָטער און איך, וועגן דער צוקונפֿט.‟

לאַנגע יאָרן האָט גרונוואַלד קיינעם ניט געוויזן דעם בריוו, ניט אַפֿילו זײַן פֿרוי באַרבאַראַ. מיט פֿיר יאָר צוריק האָט ער איבערגעגעבן דעם בריוו דעם אַמעריאַנקער מלוכישן חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן.

„איך האָב געטראַכט בײַ זיך: ׳פֿאַר וואָס זאָל איך אים ניט פֿאַרשפּרייטן, אַז אַנדערע זאָלן עס אויך קענען זען?׳‟ האָט ער געזאָגט. „איינע פֿון מײַנע גרעסטע זאָרגן איז שטענדיק געווען: ׳ווער וועט געדענקען די מאַמע אַז איך בין ניטאָ מער? איצט דאַרף איך זיך מער ניט זאָרגן.‟

דער חורבן־מוזיי האָט איבערגעגעבן דער צײַטונג „אינדיאַנאַפּאָליס־סטאַר,‟ אַז דער בריוו איז, אַ פּנים, אוניקאַל. קיינער ווייסט ניט פֿון נאָך אַזאַ בריוו, וואָס מע האָט געשריבן ממש אויפֿן שוועל פֿון גאַזקאַמער און וואָס האָט זיך אָפּגעהיט ביז הײַנט.

דער גאַנצער בריוו לייענט זיך אַזוי:

„דו, מײַן איינציקער, מײַן טײַערינקער — איזאָלירט וואַרטן מיר אויפֿן חושך. מיר האָבן געקלערט וועגן זיך באַהאַלטן אָבער באַשלאָסן דאָס ניט צו טאָן ווײַל ס׳איז ניט געווען קיין האָפֿענונג. די באַרימטע משׂא־אויטאָס זענען שוין דאָ און מיר וואַרטן. עס וועט זיך באַלד אָנהייבן. איך בין אין גאַנצן רויִק. דו, מײַן איינציקער און טײַערסטער, באַשולדיק זיך ניט אַליין אין וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען. אַזוי איז געווען אונדזער גורל. מיר האָבן געטאָן וואָס מיר האָבן געקענט. בלײַב זשע געזונט און געדענק מײַנע ווערטער אַז מיט דער צײַט וועסטו — אויב ניט אין גאַנצן, איז כאָטש צום טייל — זיך אויסהיילן. היט אויף דאָס גאָלדענע ייִנגעלע און צעפּיעשטשע אים ניט צו פֿיל מיט דײַן ליבע. בלײַבט זשע געזונט, איר ביידע. האָט אַ וווּנדערלעכן לעבן. מיר מוזן אַרײַן אין די משׂא־אויטאָס.

ביז דער אייביקייט,

ווילמאַ.‟