פֿאַרװאָס הײבט מען אָן פֿון מאָל צו מאָל רודף זײַן רעליגיעזע, עטנישע, סעקסועלע אָדער אַנדערע מינים מינאָריטעטן? איז דאָס עפּעס אַ יצר־הרע אײַנגעװאָרצלט אין דער מענטשלעכער טבֿע, אָדער אַ מין קראַנקײט, װאָס באַפֿאַלט פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטן אין געװיסע היסטאָרישע מאָמענטן?
די דאָזיקע פֿראַגע האָט אַ דירעקטן שײַכות צו דער ייִדישער געשיכטע, און איז געװאָרן ספּעציעל בולט נאָכן חורבן. דװקא דער חורבן, האַלט פּראָפֿעסאָר דוד נירענבערג, האָט אַרױסגעבראַכט די ייִדישער געשיכטע פֿון די ד’ אמות פֿון „רעליגיעזע שטודיעס‟ אױפֿן ברײטערן שטח פֿון דער װעלט־געשיכטע. דורך שטודירן און פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות קען מען בעסער פֿאַרשטײן ניט נאָר די אינעװײניקע געשיכטע פֿון ייִדן, אָבער אױך די אַרומיקע קולטורן און געזעלשאַפֿטן. דער ייִדישער קוקװינקל עפֿנט אַן אוניקאַלע פּערספּעקטיװ אױף דער גרעסערער װעלט, און ספּעציעל אױף די מאָטיװן און גורמים פֿון געװאַלד און רדיפֿות.
װען נירענבערגס בוך „געמײנדעס פֿון געװאַלד‟ איז צום ערשטן מאָל אַרױס אין 1998, האָט עס אַרױסגערופֿן לעבעדיקע ויכּוחים. די נײַע אױסגאַבע נעמט זײ אין באַטראַכט און פּרוּװט צו פֿאַרענטפֿערן אײניקע קריטישע טענות. דאָס בוך באַזירט זיך אױף דעם מחברס פֿאָרשונג פֿון עטלעכע עפּיזאָדן פֿון געװאַלד און רדיפֿות אין דעם מיטלאַלטערלעכן מלכות פֿון אַראַגאָן, װאָס האָט פֿאַרנומען טײלן פֿון מיזרח–שפּאַניע און דרום–פֿראַנקרײַך אינעם אָנהײב פֿונעם 14טן יאָרהונדערט.
דאָס איז געװען אַ רעלאַטיװ רויִקע צײַט פֿאַר שפּאַנישע ייִדן, װאָס אײניקע היסטאָריקער באַשרײַבן װי אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟. אמת, זאָגט נירענבערג, די רדיפֿות װאָס האָבן זיך אָנגעהױבן אין 1391 און דערפֿירט צו דעם גירוש–ספֿרד אין 1492, װען אַראַגאָן האָט זיך פֿאַראײניקט מיטן שכנישן קעניגרײַך פֿון קאַסטיליע, זײַנען געװען אַ סך ערגער. אָבער זײַן אױפֿגאַבע איז ניט צו באַשרײַבן די געשיכטע פֿון אַנטי־ייִדישע רדיפֿות, נאָר צו אַנאַליזירן די װאָרצלען פֿון דעם פּראָצעס, װאָס האָט דערפֿירט צו דעם גירוש.
נירענבערג האַלט, אַז עס איז ניטאָ קײן אַלגעמײנער צוגאַנג, װאָס לאָזט דערקלערן דעם צוּװוּקס פֿון שׂינאה און אױסברוכן פֿון געװאַלד קעגן געװיסע גרופּעס. מען דאַרף נעמען אין באַטראַכט קאָנקרעטע אומשטאַנדן און אינטערעסן פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס. כּדי צו מאָביליזירן מאַסן און אָנהעצן זײ קעגן אַ געװיסער מינאָריטעט, באַנוצט מען זיך אָפֿט מאָל מיט באַקאַנטע סטערעאָטיפּן און סטראַשידלעס. אַזױ, למשל, איז דאָ אַן אַלטער קריסטלעכער „מנהג‟ פֿון באַוואַרפֿן ייִדן און זײערע הײַזער מיט שטײנער אױף פּאַסכע, װען מען דערמאָנט אין קלױסטערס אָן דער קרײצונג פֿון יעזוסן און באַשולדיקט דערין די ייִדן.
אַזאַ מנהג איז געװען פֿאַרשפּרײט אין אַראַגאָן װי אױך אין אַנדערע אײראָפּעיִשע לענדער, אָבער געװײנטלעך פֿלעגט די מלוכישע מאַכט האַלטן אַן אױג, מען זאָל ניט עובֿר זײַן אױף געװיסע גרענעצן. אָבער פֿון מאָל צו מאָל האָט דער דאָזיקער ריטואַל טאַקע יאָ געפֿירט צו בלוטיקע פּאָגראָמען. אַזױ איז געשען אין קעשענעװ אין 1903, און לעצטנס האָבן די היסטאָריקער פּרטימדיק אַנאַליזירט דעם הינטערגרונט פֿון אָט דעם פּאָגראָם.
אַראַגאָן איז אַן אינטערעסאַנטער היסטאָרישער פֿאַל פֿאַר פּרט־פֿאָרשונג צוליב צװײ סיבות. ערשטנס האָבן זיך דאָ אָפּגעהיט רײַכע דאָקומענטאַלע מקורים אױף פּאַפּיר, װאָס מען האָט זיך ערשט אָנגעלערנט אױסצופֿאַרטיקן בײַ די מוסולמענישע שכנים אין דרום–שפּאַניע. אין אַנדערע קריסטלעכע לענדער האָט מען דעמאָלט גענוצט פּאַרמעט, װאָס איז געװען אַ סך טײַערער, און דערפֿאַר זײַנען יענע מקורים זײער קאַרג.
צװײטנס, זײַנען אין אַראַגאָן געװען גרױסע קהילות פֿון ייִדן און מוסולמענער, װאָס האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער עקאָנאָמיק. די מוסולמענער זײַנען לרובֿ געװען פּױערים, בעת ייִדן האָבן געהאַלטן אין זײערע הענט פֿינאַנצן. די רעגירונג איז געװען רעלאַטיװ שװאַך און איז ניט געװען בכּוח אײַנצוהאַלטן די קריסטלעסע מאַסן. אױפֿן שװעל פֿונעם פֿערצטנטן יאָרהונדערט איז אין אַראַגאָן און דרום־פֿראַנקרײַך אױפֿגעקומען אַ מאַסן-באַװעגונג פֿון „פּאַסטעכער‟, אָרעמע קריסטלעכע פּױערים, װאָס האָבן זיך גענומען פֿאַר רײניקן דאָס לאַנד פֿון װאָסער ניט איז „אומגלױבן‟. ניט די רעגירונג און ניט די פֿאַרװאַלטונג פֿון דער קאַטױלישער קירך האָבן זײ אָפֿיציעל ניט געשטיצט, אָבער זײ זענען געװען צו שװאַך זיך אַנקעגנצושטעלן.
ייִדן זײַנען געװען צװישן די ערשטע קרבנות פֿון יענע „פּאַסטעכער‟. שפּעטער האָבן די ייִדישע היסטאָרישע קראָניקעס אױסגעטײַטש די דאָזיקע הריגות װי פֿירגײערס פֿון די קומעדיקע פּאָגראָמען, אָבער נירענבערג באַטאָנט אַ װיכטיקן חילוק. די „פּאַסטעכער‟ האָבן געפֿירט מלחמה מיט דער מלוכה, װאָס האָט דעמאָלט פֿאַרטײדיקט ייִדן װײַל זי האָט זיך גענײטיקט אין זײער געלט. נאָך דעם, װי די „פּאַסטעכער‟ האָבן אױסגעהרגעט מער װי דרײַ הונדערט ייִדן אינעם קעניגלעכן שלאָס מאָנקלו, האָט דער קעניג צעשלאָגן זײערע חיילות. אָבער דאָס איז ניט געװען אַלץ. דער קעניג האָט געהײסן, אַז די מלוכה זאָל װערן דער אײנציקער יורש פֿון אַל די חובֿות, װאָס מען איז געװען שולדיק די ייִדישע קרעדיטאָרן, אי די, װאָס זײַנען אומגעקומען אי די, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם לאַנד. און אַפֿילו װען ייִדישע פּליטים האָבן זיך אומגעקערט קײן אַראַגאָן, האָבן זײ מער ניט געהאַט קײן רעכט אױף אָט די חובֿות.
עס איז מערקװירדיק, װאָס דער קעניג האָט ניט באַשטראָפֿט ייִדן װאָס האָבן זיך נוקם געווען אין די קריסטן, װײַל ער האָט געװאָלט זײ זאָלן צוריקקומען. אַזױ אַרום האָט דער קענינג סײַ אױפֿגעשטעלט דעם יושר אין זײַן מלוכה און סײַ באַקומען אַ רװח פֿונעם פּאָרגראָם. אָבער די שפּעטערע רדיפֿות, װאָס האָבן דערפֿירט צום גירוש–ספֿרד, זײַנען טאַקע געקומען דירעקט פֿון דער מלוכה. די שפּאַנישע קרױנמאַכט האָט זיך שױן מער ניט גענײטיקט אין ייִדישער דינסט, און דער גירוש איז אױך געװען אַ גוטע מעגלעכקײט צו באַרײַכערן די אוצר־קאַמער. נירענמבערגס פּרטימדיקער אַנאַליז פֿון פֿאַרשידענע אינטערעסן און מאָטיװן דערװײַזט, אַז מען דאַרף זײַן באַוווּסטזיניק פֿון די קאָנקרעטע היסטאָרישע באַדינגונגען, כּדי צו פֿאַרשטײן, װען און װי אַזױ קאָנען רדיפֿות דינען פֿאַר אַ ניצלעכן פּאָליטישן כּלי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.