ניו־יאָרק פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן, קודם־כּל אױף ייִדיש און ענגליש. איצט האָט מען צו דער דאָזיקער װאָגיקער ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער װעגן ניו־יאָרק צוגעגעבן אַ נײַעם ראָמאַן אױף עבֿרית פֿון ראובֿן נמדר. אינעם אָריגינאַל הײסט דאָס בוך „הבית אשר נחרבֿ‟ [דאָס הױז, װאָס איז חרובֿ געװאָרן], און אױף ענגליש — “The Ruined House”. אװדאי איז „הױז‟ דער ריכטיקער טײַטש פֿון „בית‟, אָבער דערבײַ פֿאַרלירט דאָס װאָרט „הבית‟ אַ צוגאָב־מײן, װאָס שפּילט אַ װיכטיקע סימבאָלאָשע ראָלע אינעם ראָמאַן, דהײַנו — דער בית־המקדש.
לכאורה האָט דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם ראָמאַן גאָר ניט צו טאָן מיטן בית־המקדש. די האַנדלונג קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק אינעם יאָר 2000, און דער הױפּטהעלד איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון דער פֿאַרגלײַכיקער קולטור מיטן נאָמען ענדרו כּהן. ער איז אַן אָנגעזעענער אַקאַדעמיקער און אַ מבֿין אױף מאָדעערנער קונסט און קולטור, װאָס דרײט זיך צװישן די סאַמע פּני פֿון ניו־יראָקער אינטעלעקטואַלן און קינסטלער. ער איז אױך אַ גרױסער פֿײַנשמעקער אױף מאכלים, און אַ בריה אױף פֿאַרשידענע מינים פֿלײש־פּאָטראַװעס פֿאַר זײַנע געסט. ער טוט עס װי אַ מין רעליגיעזע עבֿודה, מיט כּװנה און מסירת־נפֿש.
װי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ מין ראָמאַן װעגן אַ ניו־יאָרקער ייִדישן אינטעליגענט, לעבט ענדרו כּהן איבער אַ קריזיס פֿון די מיטעלע יאָרן. ער פֿאַרלאָזט זײַן פֿרױ כּדי צו באַפֿרײַען זיך פֿון װאָסער ניט איז אַחריותן, און האָט אַ ייִנגערע קאָכאַנקע. אָט־אָט וועט ער באַקומען אַ װיכטיקע שטעלע אין דעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, װאָס װעט נאָך מער העכערן זײַן פּרעסטיזש. אָבער אײנצײַטיק פֿילט ער זיך מיד, שטאַרק באַזאָרגט און גײַסטיק אױסגעשעפּט. אין משך פֿון אַ פּאָר זומער־חדשים פֿאַלט ער אַרײַן אין אַ טיפֿן מאַניאַקאַליש־דעפּרעסיװן צושטאַנד. דער סוף איז אָבער איראָניש־גוט.
די דערצײלונג רוקט זיך פֿאָרױס כראָנאָלאָגיש. יעדער פּרק האָט צװײ דאַטעס, לױטן געװײנטלעכן קאַלענדאַר און לױטן ייִדישן לוח, װי אַ מין טאָגבוך. בסך־הכּל באַשטײט דער ראָמאַן פֿון זיבן „ביכער‟. צװישן יעדע צװײ ביכער װערן אַרײַנגעשטעלט אַ פּאָר זײַטלעך, װאָס זעען אױס װי בלעטער פֿון גמרא. דער צענטראַלער טײל, ד״ה די „גמרא‟ גופֿא, איז אױסגעטראַכט, בעת די אַרומיקע פּירושים זײַנען לרובֿ גענומען פֿון מסכת יומא אין משנה און גמרא. אַזױ אַרום האָט מען צװײ פּאַראַלעלע מעשׂיות. אײנע אַנטפּלעקט זיך אין ניו־יאָרק און די אַנדערע — אין ירושלים מיט צװײ טױזנט יאָר פֿריִער.
עס איז אַן עובֿדה פֿאַרן לײענער צו פֿאַרבינדן די בײדע ליניעס און דערקענען דעם דרש הינטער דעם פּשט. אװדאי איז דער נאָמען „כּהן‟ ניט קײן צופֿעליקער, און בהדרגה הײבט מען אָן צו פֿאַרשטײן, אַז ענדרוס גײַסטיקע צרות האָבן אַ שײַכות מיט דעם, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים אין די אַטלע צײַטן. עס איז אױך ניט קײן צופֿאַל, װאָס די האַנדלונג קומט פֿאָר דװקא ערבֿ דעם ניו־יאָרקער חורבן פֿון 9/11. װײַטערע פּאַראַלעלן און פֿאַרבינדונגען קאָן מען שױן טרעפֿן אַלײן. אַ מוסר־השׂכּל פֿונעם ראָמאַן איז, אַז דאָס לעבן פֿון אַ װעלטלעכן ייִדישן אינטעלעקטואַל אין הײַנטיקן ניו־יאָרק איז אױף אַ מיסטישן אופֿן פֿאַרקניפּט מיט דער תּקופֿה פֿונעם בית־שני, און דװקא מיט די סאַמע אַרכאַיִשע מנהגים פֿון מקריבֿ־זײַן לעבעדיקע חיות. דאָס איז אַ טײל פֿונעם היסטאָרישן יהדות, װאָס די ליבעראַלע אַמעריקאַנער ייִדישע טעאָלאָגן האָבן כּמעט װי אױסגעמעקט פֿון זײערע סידורים און מחזרים, אָבער, װי נמדרס ראָמאַן אַנטפּלעקט, זײַנען די דאָזיקע אוראַלטע מנהגים פֿאַרבליבן שטעקן ערגעץ אין די טיפֿענישן פֿונעם קאָלעקטיװן זכּרון. און פֿון מאָל צו מאָל ברעכן זײ אַרױס בגװאַלד.
„דאָס הױז, װאָס איז חרובֿ געװאָרן‟ איז אַ משל פֿון דער הײַנטיקער טענדענץ אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור אַרײַנצופֿלעכטן אין זײערע דערצײלונגען סימבאָלישע פּאַראַלעלן מיטן תּנ”ך, תּלמוד און אַנדערע קלאַסישע מקורים. אַזאַ מין אומקער צו דער ייִדישער טראַדיציע, װאָס װערט באַטראַכט דורך אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן שפּאַקטיװ, איז אַ חידוש פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש, װאָס האָט זיך לאַנגע יאָרן אָפּגעגעבן מיט די פּראָבלעמען פֿון אַסימילאַציע אין כּלערלײ שאַטירונגען. אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אָט דעם נײַעם קער זײַנען די לעצטע ראָמאַנען פֿון יהושע כּהן, Moving Kings און Book of Numbers
אָבער די דאָזיקע טענדענץ האָט טיפֿערע װאָרצלען אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור אױף ייִדיש, בפֿרט אין די ראָמאַנען פֿון יוסף אָפּאַטאָשו און דוד איגנאַטאָװ. די אַמעריקאַנער „יונגע‟ ראָמאַניסטן האָבן זיך געראַנגלט מיט ענלעכע גײַסטיקע פּראָבלעמען װי נמדר. זײ האָבן באַהאַנדלט קאָנפֿליקטן צװישן ייִדישן רוחניות און אַמעריקאַנער גשמיות דורך סימבאָלן און אימאַזשן, װאָס זײ האָבן געשעפּט פֿון דער חסידישער ירושה װי אױך פֿון דער גמרא און מדרש. ענדרו כּהנס ליטעראַרישער עלטער־זײדע איז בערמאַן, דער צעמישטער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענט פֿון איגנאַטאָװס טרילאָגיע „אױף װײַטע װעגן‟. אַזױ װי כּהן, לעבט בערמאַן צװישן צװײ װעלטן, און די אוראַלטע אימפּעטן פֿירט אים אַראָפּ פֿון זינען. דער עבֿר, לערנען מיר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שטאַרבט קײן מאָל ניט. דער באַגראָבענער עבֿר מעג שלאָפֿן הונדערטער יאָרן אָבער עס קומט אַ מאָמענט װען ער כאַפּט זיך אױף און ברעכט אַרױס דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.