נאָך דעם וואָס קוואַ דזשיימס האָט געזען ווי מע רעאַגירט אויפֿן טרויעריק־באַרימטן ווידעאָ וואָס ער האָט געמאַכט, אין וועלכן ער מאַכט חוזק פֿון אַ חסידיש ייִנגלס פּאות האָט ער זיך, אַ פּנים, שטאַרק פֿאַרשעמט און עפֿנטלעך געבעטן מחילה בײַ די פֿרומע ייִדן. ניט וויסנדיק וווּהין זיך צו ווענדן, איז ער אַליין געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק, כּדי צו רעדן מיט מענטשן אויף דער גאַס און בעטן מחילה. שפּעטער האָט ער געפֿרעגט אויף „טוויטער,‟ וווּ ער קען טאָן חסד־אַרבעט און זיך דערבײַ באַקענען מיט פֿרומע ייִדן.
אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט, דער דירעקטאָר פֿון דער נעץ פֿון חסידישע גאָרקיכן „משׂביע‟ איז געווען איינער פֿון די ערשטע מענטשן, וואָס האָט געלאָזט וויסן „טוויטער‟ וועגן קוואַס ווידעאָ. זעענדיק מיט אַ וואָך שפּעטער ווי קוואַ בעט מחילה און זוכט אַן אָרט וווּ ער קען טאָן חסד פֿאַרן פֿרומען ציבור האָט ראַפּאַפּאָרט אים פֿאַרבעטן צו וואָלונטירן אין „משׂביע.‟ דזשיימס איז געקומען און געהאָלפֿן אויסטיילן עסן.
„איך האָב זיך טאַקע עפּעס אויסגעלערנט פֿון קוואַען,‟ האָט אַלכּסנדר ראַפּאַפּאָרט איבערגעגעבן דעם Forward. „ווי אַזוי זיך צו אַנטשולדיקן און בעטן מחילה. איך בין באמת נתפּעל פֿון אים.‟ ראַפּאַפּאָרט האָט אים באַצייכנט ווי אַן עכטער מוסטער פֿון דעם, ווי אַזוי מע דאַרף תּשובֿה טאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.