אינעם צענטראַלן טייל פֿון פּעטערבורג, נישט ווײַט פֿון דער היסטאָרישער גרויסער כאָרשול, דער ליובאַוויטשער ישיבֿה און דעם נײַעם כּשרן סופּערמאַרקעט, וועלכער האָט זיך נאָר וואָס געעפֿנט מיט צוויי חדשים צוריק, געפֿינט זיך אַ געמיטלעכער און געשמאַקער כּשרער פֿליישיקער רעסטאַראַן „גאָלדען־קאַפֿע‟. בעת מײַן ערשטן וויזיט, האָט זיך מיר דאָרטן גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז דער בופֿעט־טיש פֿון דער אָפֿיציאַנטקע איז באַצירט מיט אַלטע זײַטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
בין איך צוגעקומען צום טיש און באַמערקט, אַז אינעם סאַמע צענטער איז צוגעקלעפּט מײַן אַרטיקל וועגן דעם שרײַבער מאָרגאַן ראָבערטסאָן, וועלכער האָט אין זײַן בוך „דער קראַך פֿונעם טיטאַן‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1898, פּרטימדיק און כּמעט אינגאַנצן גענוי באַשריבן דעם טראַגישן אומקום פֿונעם „טיטאַניק‟ מיט 14 יאָר פֿאַר דער טראַגעדיע. דער דאָזיקער אויסטערלישער פֿאַל בלײַבט איינער פֿון די קלאַסישע בײַשפּילן פֿון כּמו־נבֿיאישע וויזיעס אין דער הײַנטיקער תּקופֿה.
מײַן גאַנץ מאָדערנער אַרטיקל מיט אַ פּאַראַנאָרמאַלן טעם, אָנגעשריבן בנוסח „ניו־איידזש‟, מוז אויסזען פֿאַר אַ מענטש, וואָס קען נישט קיין ייִדיש, ווי עפּעס אַן אַלטמאָדיש ווערק פֿון דורות צוריק; דאָס זײַטל זעט אויס געל און אָפּגעקראָכן. אַפּנים, האָב איך אַ טראַכט געגעבן, האָבן די דיזײַנער אויסגענוצט עפּעס אַ מעטאָד צו „פֿאַרעלטערן‟ דאָס פּאַפּיר אויף אַ קינסטלעכן אופֿן.
טעקסטן פֿון כּמעט אַלע שרײַבער, וועלכע האָבן געאַרבעט אינעם „פֿאָרווערטס‟ מיט 10 יאָר צוריק, הענגען שטיקלעכווײַז אַרום דעם סערוויר־טיש. ס׳רובֿ, אויב נישט אַלע אַרטיקלען שטאַמען פֿונעם יאָר 2009. אַגבֿ, די וועבזײַט פֿונעם רעסטאָראַן, goldencafe.ru, איז אויך באַצירט מיט זײַטלעך פֿון אונדזער צײַטונג.
דעם 12טן מײַ האָט דער „גאָלדען־קאַפֿע‟ געפּראַוועט זײַן 8טן יוביליי. די בעל־הביתטע, גאָלדע טאָלאָטשינסקאַיאַ, האָט מיר דערציילט, אַז ווען מע האָט זיך געגרייט צו עפֿענען דעם רעסטאָראַן, האָט זי געוואָלט אים צוגעבן אַן אויטענטיש־ייִדישלעכן טעם. זי אַליין פֿאַרשטייט בלויז אַ ביסל ייִדיש. ווען זי איז געווען אַ יונג מיידל, פֿלעגן איר מאַמע און באָבע זיך שושקען צווישן זיך אויף זייער מאַמע־לשון, כּדי דאָס קינד זאָל נישט פֿאַרשטיין. איר שוועסטערקינד, הרבֿ חיים טאָלאָטשינקסי, פֿירט אָן מיט איינער פֿון די שילן אין דער שטאָט. ער האָט זיך יאָ אויסגעלערנט ייִדיש. פֿליסיק רעדן קען ער נישט, אָבער ער לייענט די שׂיחות פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און זעצט זיי איבער אויף רוסיש.
טאָלאָטשינסקאַיאַ דערמאָנט זיך, אַז דער געדאַנק צו עפֿענען דווקא אַ שטילן, געמיטלעכן רעסטאָראַן איז איר אײַנגעפֿאַלן, ווען זי איז געגאַנגען מיט איר שוועסטערקינד, אַ שטאַרק־פֿרומען חסידישן ייִד, אין איינעם פֿון די מאָסקווער כּשרע רעסטאָראַנען – אַן אָרט, וווּ מע קאָן רויִק אָפּשמועסן און זיך אָפּרוען. די כּשרע עס־ערטער אין פּעטערבורג האָבן דעמאָלט נישט געהאַט אַזאַ טעם. טאָלאָטשינסקאַיאַ האָט געזאַמלט אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר משפּחה און איז אַרומגעגאַנגען איבער די מערק, וווּ דער עולם האָט פֿאַרקויפֿט כּלערליי אַלטוואַרג, זוכנדיק אַלטע חנעוודיקע חפֿצים.
אַמאָל האָט די ביבליאָטעק פֿונעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער, אַ בפֿירוש פּראָ־ייִדישיסטישע קולטור־אָרגאַניזאַציע, סאָרטירט די מאַטעריאַלן און אַרויסגעוואָרפֿן איבעריקע עקזעמפּלאַרן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. די צוקונפֿטיקע רעסטאָראַן־בעל־הביתטע האָט זיי גענומען און אויסגענוצט פֿאַר איר פּראָיעקט. די זײַטן האָבן שוין אויסגעזען אַ ביסל אָפּגעקראָכן, וואָס איז דער דיזײַנערין טאַקע געפֿעלן, האָט זי באַוויזן זיי נאָך מער צו „פֿאַרעלטערן‟.
די בעל־הביתטע באַטאָנט, אַז להיפּוך צו אַ סך אַנדערע רעסטאָראַנען – רוישיקע, וווּ דער מעניו בײַט זיך כּסדר לויט די לעצטע מאָדעס – האָט זי לכתּחילה געוואָלט שאַפֿן אַ פּלאַץ, וואָס האָט גיכער אַ טעם פֿון אַ פּריוואַטן גאַסטצימער. בײַם אַרײַנגאַנג שטייט אַ שאַפֿע מיט ביכער און ספֿרים, אַ מין קליינע ביבליאָטעק. די קליענטן קאָנען זיך באַקענען מיט ערנסטע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון תּנ״ך, זאָגן תּהילים אָדער איבערבלעטערן אַלטע סאָוועטישע פֿאָטאָ־זשורנאַלן.
פֿון אָנהייב אָן אַרבעט אינעם „גאָלדען־קאַפֿע‟ די זעלבע הויפּט־אָפֿיציאַנטקע און דער זעלבער שעף־קוכער. אַנשטאָט צו עקספּערימענטירן מיט נײַע רעצעפּטן, לייגט דער רעסטאָראַן פֿאָר געוויסע „פֿירמע־מאכלים‟. דעם עיקר־מעניו האָט מען אויסגעאַרבעט, ווען אין פּעטערבורג האָבן געוווינט אַ סך גרוזינישע ייִדן. אַ דרויסנדיקער וואָלט געקאָנט זיך משער זײַן, אַז די בעלי־בתּים פֿונעם רעסטאָראַן זענען גרוזינער. אין דער אמתן, האָט טאָלאָטשינקאַיאַ מסביר געווען, אַז זי האָט בכּיוון אײַנגעפֿירט אַ גאַנצע ריי גרוזינישע מאכלים, ווײַל זי האָט זיי אַליין ליב.
הגם ס׳רובֿ ייִדן פֿון גרוזיע זענען זינט דעמאָלט אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּעטערבורג – קיין ארץ־ישׂראל, אַמעריקע צי מאָסקווע – היט די בעל־הביתטע אָפּ איר קאָנסערוואַטיווע קולינאַרישע שיטה.
טאָלאָטשינקאַיאַ האָט צוגעגעבן אַז צוליב געוויסע קליענטן האָט מען געמוזט פֿאַרברייטערן דעם מעניו, אָבער זי האָט מיך ערנסט געוואָרנט, אַז געוויסע זאַכן, וואָס אירע מיטאַרבעטער גרייטן צו, האָט זי טאַקע נישט ליב. „די האַמבורגערס? פֿע! די אַמעריקאַנער באַשטעלן זיי די גאַנצע צײַט און האָבן הנאָה דערפֿון, אָבער דעם אָרטיקן עולם לייגן מיר תּמיד פֿאָר פֿיל בעסערע נאַשערײַען!‟
צוליב דער רויִקער געמיטלעכער אַטמאָספֿער, קומען פֿון צײַט צו צײַט אינעם רעסטאָראַן באַקאַנטע שרײַבער און אַקטיאָרן, ווי אויך גרופּעס טוריסטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. ווען דער „גאָלדען־קאַפֿע‟ האָט זיך ערשט געעפֿנט, האָט מען, צום חידוש פֿונעם פּערסאָנאַל, עס רעקלאַמירט אין דער פֿראַנצויזישער פּרעסע. ווי אַזוי האָבן די פֿראַנצויזן געוווּסט וועגן דעם? צווישן די ערשטע געסט זענען געווען אַ גרופּע פֿראַנצויזן, וואָס זענען על־פּי צופֿאַל אַהין אַרײַנגעקומען.
צום באַדויערן, ווי די בעל־הביתטע און די מיטאַרבעטער האָבן מיר איבערגעגעבן, בין איך דער ערשטער קליענט, וואָס האָט זיך צוגעקוקט צו די דעקאָראַציעס און פֿאַרשטאַנען, פֿונוואַנען זיי שטאַמען און וואָס ס׳שטייט אויף זיי געשריבן. אַדרבה, די גרינדער האָבן ביז הײַנט אַליין נישט געוווּסט, וואָס זיי האָבן צוגעקלעפּט אַרום דעם בופֿעט־טיש – הגם זיי האָבן אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז די צײַטונג איז אויף ייִדיש און דערפֿאַר זעט אויס זייער ייִדישלעך. אַפֿילו די ליובאַוויטשער, וואָס דאַרפֿן טעאָרעטיש קענען כאָטש אַ ביסל ייִדיש ווײַל זי איז דאָך געווען די עיקר־שפּראַך פֿון זייער רבין, לייגן זיי נישט קיין אַכט אויף די כּמו־אַלטע צײַטונג־זײַטלעך. טאָלאָטשינסקאַיאַ האָט דערציילט, אַז איינער אַ האָלענדישער טוריסט האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט די אַנדערע באַצירונגען, בפֿרט די אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס. מע האָט פֿאַר אים דורכגעפֿירט אַ גאַנצן טור און דערקלערט די געשיכטע פֿון יעדן חפֿץ – אָבער גאָרנישט דערציילט וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟.
נישט צום ערשטן מאָל באַווײַזן זיך ייִדישע טעקסטן גאַנץ אומגעריכט אין רוסלאַנד. אינעם יאָר 2013 איז אויף דער רוסישער טעלעוויזיע געוויזן געוואָרן דער פֿאַנטאַזיע־סעריאַל „די פֿינצטערע וועלט‟, וווּ טײַוולאָנישע באַשעפֿענישן דרינגען אַרײַן אין אונדזער וועלט דורך אַ מיסטישן פּאָרטאַל. ס׳רובֿ קריטיקער האָבן כאַראַקטעריזירט דעם סעריאַל ווי אַן אומגעלומפּערטע פּראָגראַם, פֿול מיט קלישעען און שוואַכע וויזועלע עפֿעקטן. צווישן פֿאַרשיידענע כּישוףּ־מיטלען פֿיגורירן דאָרטן זײַטלעך פֿון ביכער און בריוו אויף ייִדיש, באַגלייט מיט פֿאַרשיידענע „מאַגישע‟ סימבאָלן. אין דעם פֿאַל, האָבן די קינעמאַטאָגראַפֿן אויסגענוצן דעם „עקזאָטישן‟ טעם פֿון ייִדישע אותיות.
הגם די קליענטן פֿונעם „גאָלדען־קאַפֿע‟ האָבן אויך נישט קיין השׂגה, וואָס ס׳איז דער פּשט פֿון די „עקזאָטישע‟ טעקסטן בײַם אָפֿיציאַנט־טיש, איז די כּוונה פֿון די גרינדער זיכער געווען אַ גוטע – אויסצושטעלן ייִדיש ווי אַ סימן־מובהק פֿון עכטער ייִדישקייט. טאָלאָטשינסקאַיאַ האָט זיך באַקלאָגט, אַז דאָס מאַמע־לשון גייט אונטער אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד. אַחוץ קליינע יוגנטלעכע ייִדישיסטישע סבֿיבות, לעבט עס, דער עיקר, בלויז אינעם מויל פֿון עלטערע לײַט.
האָפֿנטלעך וועט נאָך קומען אַ צײַט, און איך האָף אויף דעם ערנסט, ווען דאָס ייִדיש־לשון וועט ווידער אויפֿלעבן אין מיזרח־אייראָפּע, און נישט בלויז דינען ווי אַ „מיסטעריעזע‟ חנעוודיקע דעקאָראַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.