מע האָט געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין וואַרשע, וואָס הייסט „שמואל זיגעלבוים. שווײַגן קען איך נישט און לעבן קען איך נישט‟.
דעם עלפֿטן מײַ 1943 האָט שמואל זיגעלבוים געשריבן אַן אָפֿיציעלן בריוו צום פּוילישן פּרעזידענטן אין גלות, וולאַדיסלאַוו ראַטשקיעוויטש. די באַקאַנטסטע ווערטער פֿונעם בריוו זענען: „שווײַגן קען איך נישט און לעבן קען איך נישט ווען די רעשטלעך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין פּוילן וואָס איך רעפּרעזענטיר, קומען אום.‟
נאָכן שיקן דעם בריוו איז זיגעלבוים באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין זײַן לאָנדאָנער דירה.
ווער אַזוינס איז געווען שמואל מרדכי זיגעלבוים און פֿאַרוואָס האט ער געשריבן דעם דאָזיקן בריוו?
זיגעלבוים, געבוירן אין יאָר 1895, איז געווען דער מנהיג פֿונעם „בונד‟ און אַ מיטגליד פון דער פּוילישער רעגירונג אין לאָנדאָן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
זײַן זעלבסטמאָרד איז געווען אַ פּראָטעסט קעגן דעם גלײַכגילט פֿון דער וועלט בנוגע דער פֿאַרטיליקונג פֿון די פּוילישע ייִדן דורך די דײַטשן אין אָקופּירטן פּוילן.
זיגעלבוים האָט געהערט צו אַ וועלט וואָס איז געווען און איז נישטאָ מער: געווען אַ ייִדישער סאָציאַליסט מיט אמתע פּראָלעטאַרישע וואָרצלען. ווי אַ קינד פון צען יאָר האָט ער שוין געמוזט פֿאַרדינען אויף זײַן שטיקל ברויט אין אַ פֿאַבריק.
ער איז געוואָרן אַ בונדיסט און געקעמפֿט פֿאַר די סאָציאַלע רעכט פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין זײַן וווינאָרט, כעלם.
ער האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף די אַנדערע בונדיסטן און איז פֿאַרבעטן געוואָרן קיין וואַרשע וווּ ער איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם בונדישן צענטראַלן קאָמיטעט. ער איז אויך געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון „אַרבעטער פֿראַגן‟, דער אָפֿיציעלער אָרגאַן פֿונעם בונד.
ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין וואַרשע האָבן זיי באַפֿוילן די ייִדן זיך אַריבערצוציִען אין דער געטאָ. זיגעלבוים איז געווען קעגן דער מיטאַרבעט פונעם יודנראַט מיט די דײַטשן און דער שאַפֿונג פֿון אַ ייִדישער געטאָ אין וואַרשע. זײַנע חבֿרים אינעם „בונד‟ האָבן געוווּסט אַז בלײַבן אין וואַרשע קען ער נישט און זיי האָבן אים אַרויסגעשמוגלט פֿון פּוילן. אויף אַזאַ אופֿן איז אים געלונגען צו קומען קיין לאָנדאָן.
אין אַן אינטערוויו פֿאַרן „בי־בי־סי‟ האָט זיגלבוים געזאָגט אַז סע וועט זײַן אַ חרפּה און אַ בושה ווײַטער צו לעבן אויב מען וועט גאָרנישט טון כּדי אָפּצושטעלן דעם גרעסטן פֿאַרברעכן אין דער מענטשלעכער געשיכטע. געמיינט האָט ער די פֿארניכטונג פֿון די ייִדן אין פּוילן.
אין זײַן זעלבסטמאָרדבריוו האָט ער צוגעגעבן אַז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן מאָרד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין פּוילן זענען, קודם־כּל, די דײַטשן, אָבער די מענטשהײט וואָס בלײַבט פּאַסיוו, טראָגט אויך אַ מאָראַליש אַחריות. די וואָס קוקן פּאַסיוו אויפֿן מאָרד פֿון מיליאָנען אומבאַשוצטע קינדער, פֿרויען און מענער זענען שותּפֿים צום מאָרד.
75 יאָר נאָך זײַן אַליינמאָרד שטעלט זיגעלבוים נאָך אַלץ אַ ריי שווערע פֿראַגעס. די ערשטע איז מסתּמא, וואָס וואָלט געווען ווען די וואַרשעווער ייִדן וואָלטן געפֿאָלגט זײַן עצה און זיך נישט צוגעהערט צו די דײַטשישע באַפֿעלן? וואָס וואָלט געווען ווען די ייִדן פֿון וואַרשע און איר געגנט וואָלטן זיך נישט אַרײַנגעצויגן אין געטאָ און געבליבן אין זייערע היימען? עס איז לאָגיסטיש זייער שווער צו צווינגען אַ האַלבן מיליאָן עקשנים צו פֿאַרלאָזן זייערע דירות, אַפֿילו פֿאַר אַ מערדערישער מלוכה ווי היטלערס דײַטשלאַנד.
אַ צווייטע שווערע פֿראַגע: וואָס האָבן די ייִדישע מנהיגים אין ענגלאַנד און אַמעריקע געטאָן כּדי משפּיע צו זײַן אויף זייערע רעגירונגען אָּפּצוהאַלטן דעם ייִדישן גענאָציד?
אַז איך האָב נישט קיין טעות, האָט מען נישט גענוג געפֿאָרשט און געשריבן וועגן די דאָזיקע טראַגישע טעמעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.