אין דער װירטשאַפֿטלעכער סיסטעם פֿון אַמאָליקן פּױלן און ליטע האָבן ייִדן פֿאַרנומען אַ צענטראַל אָרט אָבער ביז לעצטנס איז די דאָזיקע טעמע ניט געװען פּאָפּולער צװישן ייִדישע היסטאָריקער װעלכע האָבן זיך גיכער אָפּגעגעבן מיטן גײַסטלעכן לעבן און די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות.
די עקאָנאָמישע געשיכטע האָט מען געלאָזט פֿאַר אַלגעמײנע היסטאָריקער פֿון די געהעריקע לענדער, אָבער ס’רובֿ פֿון זײ זענען ניט געװען באַהאַװנט אין דער ייִדישער קולטור. ערשט מיט צװאַנציק יאָר צוריק האָט זיך צװישן די ייִדישע היסטאָריקער דערװעקט אַן אינטערעס צו די סאָציאַלע און עקאָנאָמישע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין מיזרח–אײראָפּע, און ערשט דעמאָלט זײַנען דערשינען װיכטיקע פֿאָרשונגען אױף דער טעמע.
„געלט, מאַכט און השפּעה אין דער ליטע פֿונעם אַכצנטן יאָרהונדערט‟ פֿון אָדם טעלער, פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין בראַון–אוניװערסיטעט, געהערט צו אָט דער נײַער פֿאָרשערישער שיטה. לכתּחילה איז דאָס בוך אַרױס אױף הערבעיִש, און איצט איז דערשינען אַ דערגאַנצטע ענגלישע אױפֿלאַגע. טעלערס שטודיע באַזירט זיך אױף דעם ריזיקן אַרכיװ פֿון דער חשובֿער פּריצישער משפּחה ראַדזיװיל, װאָס האָט פֿאַרמאָגט ריזיקע מאַיאָנטיקעס אינעם אַמאָליקן ליטװישן גרױספֿירשטנטום, װאָס איז געװען אַ טײל פֿון דער פּױלישער מלוכה.
טעלער דערקלערט, אַז זײַן צוגאַנג צו דער ייִדישער געשיכטע איז אַנדערש װי די ייִדישע היסטאָריקער פֿון די פֿריִערדיקע דורות: „אַנשטאָט צו באַטראַכטן ייִדן װי אַ באַזונדערע גרופּע װאָס האָט געלעבט לױטן אײגענעם לעבנסשטײגער און געהאַלטן נאָר באַגרענעצטע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט, באַהאַנדל איך ייִדן װי אַן אינטעגראַלן טײל פֿון פּױלן און ליטע פֿונעם אַכצנטן יאָרהונדערט.‟
פֿון אײן זײַט, האָבן ייִדן טאַקע געשפּילט זײער אַן אַקטיװע ראָלע אין דער פּױליש-ליטװישער געזעלשאַפֿט, װעלכע האָט ניט געקענט פֿונקציאָנירן עקאָנאָמיש אָן זײ. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען ייִדן געװען אַ דיסקרימינירטע מינאָריטעט מיט שטאַרק באַגרענעצטע בירגערלעכע און עקאָנאָמישע רעכט. אין דער עקאָנאָמיק פֿון יענער תּקופֿה האָבן ייִדן פֿאַרונעמען אַן אָרט צװישן דעם אײבערשטן קלאַס פֿון פּױלישע פּריצים און דעם נידעריקן קלאַס פֿון װײַסרוסישע און ליטװישע פּױערים–לײַבקנעכט.
די ייִדנס װיכטיקסטע פֿונקציע איז געװען צו פֿאַרװאַנדלען סחורה, דער עיקר — תּבֿואה פֿון פּױערים, אין מזומן פֿאַר די פּריצים. אױפֿן דאָזיקן יסוד איז אױפֿגעבױט געװאָרן אַ קאָמפּליצירטע סיסטעם פֿון אַרענדע, לויט װעלכער די פּריצים האָבן פֿאַרדונגען צו ייִדן גאַנצע שטעט און שטעטלעך, װי אױך מילן, קרעטשמעס, שטײַערן… הקיצור אַלץ, װאָס האָט געקאָנט ברענגען פֿינאַנציעלן רװח. אַלײן האָבן די פּריצים ניט געהאַט קײן חשק, צײַט אָדער געניטשאַפֿט זיך אָפּצוגעבן מיט אַזעלכע ענינים. און כּדי צוציִען ייִדן, האָבן זײ פֿאַר זײ געשאַפֿן גינסטיקע עקאָנאָמישע באַדינגונגען אין זײערע פּריװאַטע שטעט און שטעטלעך. אױפֿן דאָזיקן עקאָנאָמישן באָדן איז אױפֿגעװאַקסן די רײַכע און אײגנאַרטיקע מיזרח־אײראָפּעישע ייִדישע קולטור.
ייִדן זײַנען געװען אַקטיװ אין משׂא־ומתּן מיט פֿאַרשידענע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מערקװירדיקער בײַשפּיל פֿון אױפֿשטײַג און אונטערגאַנג פֿון אַ ייִדישער גבֿירישער משפּחה איז די געשיכטע פֿון די ברידער שמואל און יוסף־גדליה איצקאָװיטש. אין 1726 האָבן זײ באַקומען אױף אַרענדע די שטאָט מיר מיט די סבֿיבֿות פֿון דער פּױלישער פּריצה אַנאַ ראַדזיװיל. די גאַנצע געגנט איז דעמאָלט געלעגן אין חורבֿות נאָך דער מלחמה צװישן שװעדן און רוסלאַנד, װאָס האָט זיך אױסגעשפּילט אין הײַנטיקן װײַסרוסלאַנד און ליטע.
די ברידער איצקאָװיטש האָבן געפֿירט גוטע געשעפֿטן מיט די אָרטיקע פּױלישע פּריצים, און האָבן זיך אַלײן געפֿירט מעשׂה פּריצים לגבי אַנדערע ייִדן. זײ האָבן געפֿירט האַנדל אױף אַ הױכן גאַנג, פֿאַרקױפֿט תּבֿואה, קאָנאָפּליעס, ביר, בראָנפֿן און לעדער קײן אױסלאַנד. פֿאַר זײערע פּריצישע קונים האָבן זײ אײַנגעקױפֿט װײַן, טאַבאַק, קאַװע און אַפֿילע דאָמענטן. זײ האָבן געהאַנדלט מיט מאָסקװע, קעניגסבערג און אַנדערע דײַטשישע שטעט. װי עס דערקלערט טעלער, איז דער סוד פֿון זײער הצלחה געװען אין דער קאָמבינאַציע פֿון אַרענדע און הורטאָװן האַנדל. זײ האָבן אינװעסטירט דעם רװח פֿונעם האַנדל אין אַרענדירן נאָך מער מאַיאָנטיקעס, און פֿון די דאָזיקע אַרענדעס האָבן זײ באַקומען נאָך מער סחורה אױף צו פֿאַרקױפֿן.
מען דערצײלט, אַז שמואל און זײַן פֿרױ העניע האָבן פֿאַרבעטן דעם בעל־שם־טובֿ אַרױסצוטרײַבן בײזע רוחות אין זײער נײַעם הױז אין סלוצק, און העניע האָט בײַ אים געפֿרעגט, װי לאַנג װעלן זײ האָבן מזל אין געשעפֿטן. דער בעש”ט האָט זײ פֿאָרױסגעזאָגט צװעלף פֿעטע יאָרן, און אַזױ איז געשען. דאָס איז געװען אין 1733, װען די ברידער האָבן אַרײַנגעלײגט אַ סך געלט אין סלוצק. אין 1745 האָט אין סלוצק אױסגעבראָכן אַ שׂריפֿה, און שמואל האָט ניט געקאָנט קריגן געלט פֿון זײַנע אַרענדאַרן. דער נײַער פּריץ, היעראָנים פֿלאָריאַן ראַדזיװיל, איז ניט געװען אַזױ פֿרײַנדלעך װי זײַן מאַמע אַנאַ, און האָט זיך שטאַרק גענײטיקט אין געלט כּדי צו צאָלן זײַנע אײגענע חובֿות. ער האָט געהײסן אַרײַנצוזעצן שמואל אין תּפֿיסה אַרײַן און געמאָנט בײַ אים זעקס מיליאָן גילדן, כּלומרש דאָס, װאָס שמואל האָט בײַ אים געגנבֿעט. דאָס איז געװען אַ ריזיקע סומע, בערך צען מאָל העכער װי אַלע אַרענדעס.
שמואל האָט „פֿרײַװיליק‟ אָפּגעגעבן דעם פּריץ זײַן גאַנץ האָב־און־גוטס אָבער איז סײַ־ווי געשטאָרבן אין תּפֿיסה. זײַן ברודער גדליה איז אַנטלאָפֿן קײן פּרײַסן און פֿון דאָרטן געפֿירט אַן עקאָנאָמישע מלחמח קעגן ראַדזיװיל. די געשיכטע פֿון די ברידער איצקאָװיטש איז געװען אַ יוצא־דופֿן, אָבער בכּלל איז דאָס אַכצנטע יאָרהונדערט געװען די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער עקאָנאָמיק אין דער ליטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.