אין וואַרשע קען מען די טעג זען אַ נײַעם דאָקומענטאַרן פֿילם וועגן מיכאל וואַשינסקי, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישן פֿילם, „דער דיבוק‟. דער פֿילם הייסט טאַקע „דער פּרינץ און דער דיבוק‟.
מיכאל וואַשינסקי איז געווען דער חשובֿסטער פּוילישער רעזשיסאָר אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט רעזשיסירט 37 פֿילמען אין דער פּוילישער שפּראַך. סע וואָלט מסתּמא נישט געווען קיין גוזמא צו זאָגן אַז זײַן וויכטיקסטער פֿילם איז דווקא זײַן איינציקן ייִדישן פֿילם, דהײַנו דער דיבוק.
אַז מען קוקט אויף די טיטלען פֿון די פּוילישע פֿילמען זײַנע, קען מען פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס. למשל: „הונדערט מעטער ליבע‟, „דער קולט פון קערפּער‟, „וואָס טוט מײַן מאַן בײַ נאַכט‟, „דער אַלף־בית פֿון ליבע‟ און נאָך און נאָך ענלעכע לײַכטע פֿילמען.
אָבער צוריק צום דער פּרינץ און דער דיבוק. אפֿשר וואָלט אַ פּאַסיקער טיטל פֿאַרן פֿילם געווען „דער פּרינץ און זײַן דיבוק‟. ראשית־כּל אַנטדעקט מען אינעם פֿילם אַז דער עלעגאַנטער פּוילישער פּרינץ מיכאל וואַשינסקי איז אַמאָל געווען אַ ישיבֿה־בחור פֿון קאָוועל מיטן נאָמען משה וואַקס. ער האָט משנה־שם און אַפֿילו משנה־אמונה געווען אָבער ביזן סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער זיך נישט געקאָנט אָפּרײַסן פֿון זײַן ייִדישן עבֿר, פּונקט ווי לאה’לע אינעם „דיבוק‟ קען און וויל זיך נישט אָפּרײַסן פֿון איר טויטן באַשערטן.
דער גרויסער פּאַראַדאָקס וואָס דער פילם ווײַזט אונדז באַשטייט אין דעם וואָס דווקא דער משומד וואַשינסקי איז געווען דער וואָס האָט פֿאַראייביקט די ייִדישע וועלט וואָס ער האָט בשעתו געוואָלט אַזוי שטאַרק זיך אָפּטרייסלען דערפֿון. קאַזימיר, דאָס שיינע ייִדישע שטעטל, עקזיסטירט הײַנט און אויף אַלע יאָרן נאָר אויפֿן עקראַן — אַ דאַנק אים.
נאָך דער מלחמה האָט וואַשינסקי געמאַכט אַ גרויסע פֿילם־קאַריערע אין רוים. ער האָט געאַרבעט מיט די גרעסטע פֿילמשטערן און זיך געדרייט אין די העכסטע ספֿערעס פון דער געזעלשאַפֿט. אָבער ווי עס דערציילט דער שאָפֿער פֿון זײַן „ראָלס רויס‟, האָט ער אומעטום געזוכט עקזעמפּלאַרן פֿון זײַן „דיבוק‟ אין די פֿאַרשיידנע פֿילמאַרכיוון אין רוים. דער שאָפֿער קען עד־היום בשום־אופן נישט פֿאַרשטיין צוליב וואָס האָט אַ פּוילישער אַריסטאָקראַט האָט געזוכט מיט אַזאַ התמדה אַן אַלטן ייִדישן פֿילם. דער שאָפֿער האָט נישט געוווּסט אַז וואַשינסקי האָט געזוכט נישט בלויז אַ פֿילם נאָר אויך די פּויליש־ייִדישע שפּראַך פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע, ברידער און שוועסטער, וואָס די דײַטשן האָבן דערמאָרדעט אין קאָוועל.
איך האָב געזען דעם פֿילם עלף אַ זייגער אין דער פֿרי אינעם וואַרשעווער קינאָטעק. עס האָבן נישט געפֿעלט קיין מענטשן אין זאַל. דאָס איז נאָך אַ באַווײַז אַז אַ סך פּאָליאַקן פֿאַראינטערעסירן זיך מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן דאָ אין לאַנד. וואַרשע איז אַגבֿ געווען נישט נאָר אַ סך ייִדישער נאָר אַ סך שענער פֿאַר דער מלחמה. אינעם פֿילם קען מען זען די אַמאָליקע שיינע וואַרשעווער בולוואַרן וואָס די דײַטשן האָבן אין גאַנצן חרובֿ געמאַכט. דאָס הייַנטיקע וואַרשע באַשטייט דאָס רובֿ פֿון נײַע מאָנאָטאָנישע בנינים. צעמענט אָן נשמה.
„דער פּרינץ און דער דיבוק‟ האָט באַקומען דעם ערשטן פּריז פֿאַר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם אינעם וועלט באַרימטן „ווענעציע קינאָ־פֿעסטיוואַל‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.