דער סאַטיריקער טאַם לעהרער (אַגבֿ, אַ ייִד) האָט אַ מאָל זיך באַקלאָגט אויף זײַן בידנער דאָליע: „ס׳באַפֿאַלט מיך אַזאַ מרה־שחורה, האָט ער געזאָגט, ווען כ׳דערמאָן זיך, אַז אין מײַנע יאָרן האָט מאָצאַרט שוין צוויי יאָר נישט געלעבט. דהײַנו, וויפֿל האָט ער אַלץ אויפֿגעטאָן און וויפֿל איך להבֿדיל…
פּונקט די זעלבע מרה־שחורה פֿאַלט אויף מיר אָן אַז איך דערמאָן זיך אין נח פּרילוצקין, וואָס אין מײַנע יאָרן האָט ער טאַקע אויך שוין צוויי יאָר נישט געלעבט, און וואָס ער האָט אַלץ אויפֿגעטאָן פֿאַר אַזאַ רעלאַטיוו קורץ לעבן. ר׳איז אַ מענטש וואָס ס׳איז בפֿירוש כּדאַי אים צו געדענקען.
וואָס רעד איך, אַזאַ קורץ לעבן? פּרילוצקי האָט דאָך אַדורכגעלעבט אַזוי פֿיל לעבנס! אין איין צײַט איז ער געווען:
אַן אַדוואָקאַט, וואָס האָט, צוו״אַ, געהאָלפֿן אָרעמע־לײַט וואָס האָבן זיך נישט געקענט פֿאַרגינען אים צו צאָלן. אָט דערציילט וועגן אים יצחק באַשעוויס אין זײַן „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב“, אַז דער טאַטע זײַנער, וואָס האָט קיין פּויליש נישט געקענט און פֿלעג כּמעט ווי נישט אַרויסגיין פֿון זײַנע דלד אַמות אויף דער קראָכמאַלנע־גאַס, האָט זיך פֿאַרדרייט מיט עפּעס אַ שותּף וואָס האָט אים באַגנבֿעט. האָט ער געמוזט נעמען אַן אַדוואָקאַט, האָט מען אים געשיקט צו פּרילוצקין. הייבט דער טאַטע אָן צו דערציילן די מעשׂה, רײַסט אים איבער פּרילוצקי:
„איר זענט נישט פֿון לובלינער געגנט?“
„יאָ“, ענטפֿערט דער טאַטע אַ פֿאַרחידושטער.
„פֿון טאָמעשעוו?“
„יאָ. פֿון וואַנעט זשע ווייסט איר?“
„פֿון אײַער לשון. דערציילט ווײַטער!“
פֿון דעם זעט מען, אַז פּרילוצקי איז געווען אַ שפּראַכפֿאָרשער אויך, און אַ טאַלאַנטירטער. ער פֿלעג דאָך פֿאַרשרײַבן יעדעס פּרטל פֿון זײַן אינפֿאָרמאַנטס רעדן, זענען זײַנע לינגוויסטישע ווערק אַזוי אָנגעפּיקעוועט מיט פֿאַקטן, אַז אַפֿילו אַ קענער קומט אַ מאָל אָן שווער זיי צו לייענען. צוליב דעם האָט אים פּאַראָדירט, אַ שטייגער, דער טונקעלער. פּרילוצקיס צושטײַער צו דער ייִדיש־פֿאָרשונג איז אָבער אין לשער.
פּרילוצקי איז אויך געווען אַ מיטאַרבעטער אינעם ייִוואָ, אַ מיטגרינדער מיט מאַקס ווײַנרײַכן און זלמן רייזענען פֿונעם זאַמלבאַנד „ייִדישע פֿילאָלאָגיע“, וואָס האָט געזאָלט ווערן אַ סעריע, אָבער געבליבן בײַ איין באַנד. ר׳איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿונעם פּאָפּולער־לינגוויסטישן זשורנאַל „ייִדיש פֿאַר אַלע“ (וואָס איז דאָ אין אַמעריקע מגולגל געוואָרן אין „ייִדישע שפּראַך“ — קודם אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודל מאַרק, דערנאָכדעם פֿון מרדכי שעכטער). אויף די שפּאַלטן פֿון דעם זשורנאַל האָבן זיך אויך געדרוקט אַנדערע פֿילאָלאָגן (ווײַנרײַך, רייזען), שרײַבערס (אַהרן צייטלין, לייב אָליצקי) א״אַ. אָבער דעם חותם דערויף האָט געלייגט פּרילוצקי, מיט זײַן שאַרפֿקייט און שטאַרקע מיינונגען.
אָט האָט ער געמוסרט דעם עולם פֿאַר אַרײַננעמען איבעריקע פּאָלאָניזמען — פֿאַר וואָס דאַרף מען זאָגן „זשעברעס“; האָבן מיר דען נישט קיין וואָרט „ריפּן“?, האָט ער איין מאָל געשריבן — אָבער אויך זיך אויסגעטענהט מיט ווײַנרײַכן וועגן דײַטשמעריש: פּרילוצקי איז אין דעם פּרט נישט געווען אַזאַ מחמיר ווי ווײַנרײַך און האָט אויך געהאַלטן, אַז ווײַנרײַכס צוגאַנג איז צו אינטויִטיוו, נישט גענוג וויסנשאַפֿטלעך.
וואָס דאַרפֿט איר מער? אין 1910 איז ער געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער צײַטונג „מאָמענט“, די צווייטע ייִדישע מאַסן־צײַטונג אין פּוילן נאָכן „הײַנט“, אָבער דערפֿאַר אויף אַ סך אַ העכערער מדרגה, און דאָס איז אין אַ גרויסער מאָס צו פֿאַרדאַנקען פּרילוצקין, ווי אויך זײַן טאַטן צבֿי פּרילוצקי, וואָס ר׳איז געווען דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג.
ווײַטער איז ער אויך געווען אַ פּאָליטיקער, דער אָנפֿירער פֿון די פֿאָלקיסטן, אַ פּאַרטיי וואָס האָט פֿאַרלאַנגט אויטאָנאָמיע פֿאַר ייִדן אין פּוילן, און געווען דער איינציקער דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי אינעם סיים, דעם פּוילישן פּאַרלאַמענט.
ווען די דײַטשן האָבן אין 1939 פֿאַרנומען וואַרשע, איז פּרילוצקי אַנטלאָָפֿן קיין ווילנע, וואָס איז שוין געווען אײַנגעגלידערט אין דער ליטווישער מלוכה. אַזוי ווי מאַקס ווײַנרײַך איז געבליבן שטעקן אין אויסלאַנד (און, פֿאַרשטייט זיך, מער זיך קיין ווילנע נישט אומגעקערט) איז פּרילוצקי געוואָרן דער פֿאַקטישער דירעקטאָר פֿונעם ווילנער ייִוואָ, ווי אויך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. נאָר ווען די דײַטשן זענען אין 1941 באַפֿאַלן ליטע, האָבן זיי אים אַרעסטירט און דערהרגעט.
דאַרף מען פּרילוצקי בפֿירוש אַרײַננעמען אין דער פּלעיאַדע ייִדישע קולטור־טוערס וואָס זיי האָבן פֿאַר אונדז אַזוי פֿיל אויפֿגעטאָן, און נאָך מיט אַזוי ווייניק געלט און הענט. לאָמיר אים נישט פֿאַרגעסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.