פּוילישע אַקטריסע באַווײַזט זיך בײַם קאַן קינאָ־פֿעסטיוואַל טראָגנדיק קלייד מיט בילד פֿון ישׂראלדיקער פֿאָן און פֿון ירושלים
הײַנט וועל איך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן די פּאָליאַקן וואָס האָבן אונדז ייִדן יאָ ליב.
אַ פֿראַנצויז האָט נישט קיין שום פּראָבלעם מיט פֿרעמדע וואָס האָבן ליב פֿראַנקרײַך, די פֿראַנצייזישע שפּראַך, די קולטור און אזוי ווײַטער. ס’טײַטש, קינד און קייט אין פֿראַנקרײַך ווייסן אַז זיי זענען „לאַ גראַנד נאַסיאָן‟, דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל.
פֿאַר אונדז ייִדן איז שווער אָנצונעמען כּבֿוד און ליבשאַפֿט. מיר זענען פּשוט נישט געוווינט דערצו. אויב פֿרעמדע ווילן זיך לערנען עבֿרית אָדער ייִדיש, הייבט מען זיי אָן מוטשען: צו וואָס דאַרפֿט איר עס האָבן? פֿרעגט מען זיי. איך רעד שוין נישט פֿון גיור.
הכּלל, ווען כּל־המינים אַקטיאָרן פּראָטעסטירן קעגן מדינת־ישׂראל אויפֿן „קאַן קינאָ־פֿעסטיוואַל‟ איז דאָס פֿאַר אונדז ייִדן אַ נאָרמאַלע דערשײַנונג. וואָס טוט אָבער גאָט? אַ פּוילישע אַקטריסע מיטן נאָמען מאָניקאַ עקערט איז דערשינען אויפֿן רויטן טעפּעך אין קאַן מיט אַן אויסטערלישן קלייד: אויבן — די ישׂראלדיקע פֿאָן; אונטן — אַ בילד פֿון ירושלים. זי האָט פֿאַרשפּרייט דאָס בילד אויף איר אינסטאַגראַם־קאָנטע, די גאַנצע וועלט זאָל עס זען.
„איך האָב געוואָלט אָפּגעבן כּבֿוד דער ייִדישער מדינה,‟ דערקעלרט זי. עקערט האָט באַזוכט ישׂראל מיט צוויי יאָר צוריק. דאָרט האָט איר אַ רבֿ געזאָגט אַז זי האָט מסתּמא ייִדישע וואָרצלען. מאָניקאַ האָט נישט געוואָלט פֿרעגן ביי טאַטע־מאַמע אויב ס’איז אמת, האָט זי אַליין געפֿאָרשט דעם ענין און אַנטדעקט אַז דער רבֿ איז טאַקע גערעכט. באָבע און זיידע פֿונעם טאַטנס צד זענען געווען ייִדן. דאָס האָט זי שטאַרק גערירט, זאָגט זי. איר באַציִונג צו די ייִדן און דער ייִדישער מדינה האָט זיך אין גאַנצן געביטן.
צוליב איר פֿילם־קאַריערע פֿאַרברענגט זי אַ סך צײַט אין האָליוווּד. ישׂראל אָבער געפֿעלט איר אַ סך מער ווי אַמעריקע, גיט זי צו.
אַגבֿ, די ישׂראלדיקע קולטור־מיניסטאָרין, מירי רגבֿ (רעגעוו), האָט שוין מיט אַ יאָר צוריק אָנגעטאָן אַן ענלעך קלייד אין קאַן. ס’איז געווען אַ קלייד אָן אַ פֿאָן, בלויז מיט אַ בילד פֿון ירושלים. די ישׂראלדיקע מעדיע און סאָציאַלע נעצן האָבן זיך געוואָרפֿן אויף דער פּאַטריאָטישער מיניסטאָרין מיט רציחה ממש. פּאַטריאָטיזם, זײַט וויסן, איז אין תּל־אָבֿיבֿ נישט באָן טאָן. פֿאַר אַ פּוילישער אַקטריסע האָט מען אָבער מער דרך־ארץ. קיין שום זשורנאַליסט האָט זי נישט קריטיקירט און במילא אויך נישט געזידלט.
יצחק באשעוויס זינגער האָט מיר אַ מאָל געזאָגט אַז פֿאַר גוים האָבן ייִדן דרך־ארץ. „ווען נישט דעם גוייִשן נאָבל־פּריז וואָלטן אונדזערע ייִדן מיך געהאַט טיף און טײַער אין דר’ערד,‟ האָט ער טרויעריק זיך געוויצלט.
פּאָליאַקן לערנען זיך וועגן ישׂראלדיקע מאכלים, ווײַן און פֿאָלקסטענץ אויף אַ פּיקניק אין וואַרשע
נישט נאָר די שיינע מאָניקאַ עקערט האָט אונדז ליב. צענדליקער פּאָליאַקן זענען געקומען צו דעם ישׂראלדיקן פּיקניק אינעם לאַזשענקי־פּאַרק אין וואַרשע. די זון האָט געשײַנט, קוכערס האָבן געוויזן דעם עולם ווי צו מאַכן כומוס אין דער היים; אַ פּוילישער אינסטרוקטאָר האָט געלערנט די באַטייליקטע ישׂראלדיקע פֿאָלקסטענץ; מע האָט פֿאַרזוכט ישׂראלדיקע ווײַנען און ליטעראַטן האָבן גערעדט וועגן דער מאָדערנער ישׂראלדיקער ליטעראַטור.
דער פּיקניק איז געווען די אינציאַטיוו פון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע.
אַפֿילו די זון איז געווען מסכּים מיטן יום־טובֿ אין פּאַרק. זי האָט געברענט כּמעט ווי אין תּל־אָבֿיבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.