דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו, ער זאָל אַרויסשיקן די נשׂיאים פֿון ייִדישע שבֿטים קיין ארץ־כּנען, כּדי אויסצושפּירן דעם דאָרטיקן מצבֿ. צוויי פֿון די מרגלים, יהושע בן נון און כּלבֿ בן יפֿונה, האָבן זיך אומגעקערט מיט דער גוטער בשׂורה, אַז ייִדן קאָנען זיך באַזעצן אינעם הייליקן לאַנד. די אַנדערע צען אויסשפּירער האָבן זיך באַקלאָגט, אַז די כּנענישע פֿעלקער זענען צו מעכטיק.
ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די טענות גורם געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע. די אַנטוישטע ייִדן זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש און ספֿקות; צוליב דעם זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן מיט אַ ביטערער גזירה: 40 יאָר לאַנג וואַנדערן אינעם מידבר.
יהושע בן נון איז געווען דער ראָש פֿונעם שׂבֿט־אפֿרים, און כּלבֿ בן יפֿונה — פֿונעם שבֿט־יהודה. די דאָזיקע צוויי שבֿטים ווערן אַסאָציִיִרט אין אונדזער טראַדיציע מיט משיחישע גאולה־פּראָצעסן, רעפּרעזענטירט דורך די געשטאַלטן פֿון משיח בן יוסף, אויך באַקאַנט ווי משיח בן אפֿרים, און משיח בן דוד. ווי באַקאַנט, שטאַמען פֿון יוסף הצדיק צוויי שבֿטים, אפֿרים און מנשה, וואָס ווערן באַטראַכט ווי באַזונדערע, ווען דער שבֿט־לוי ווערט נישט אײַנגעשלאָסן אינעם חשבון. קיין פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט־לוי האָט משה רבינו דווקא נישט געשיקט אויסצושפּירן דאָס לאַנד.
על־פּי פּשט, ווי באַלד די לוויים האָבן נישט געירשנט אַן אייגענעם שטח אין ארץ־ישׂראל, האָבן זיי נישט געהאַט קיין אָרט אין דער אויסשפּיר־מיסיע. על־פּי קבלה, האָט יהושע בן נון געדינט ווי אַ מין פֿאַרטרעטער פֿון די לוויים; ווי משה רבינוס עיקר־תּלמיד, איז ער געוואָרן אַ לעבעדיקער המשך פֿון משהן. לכתּחילה האָט יהושע געהייסן הושע. ווען צו זײַן נאָמען איז צוגעגעבן געוואָרן נאָך אַן אות, איז אין אים אַרײַן די נשמה פֿון לוי, יעקבֿס זון און משה רבינוס אורפֿאָטער. להיפּוך צו די דיבוקים — רוחות פֿון רשעים, וואָס נעמען איבער אַ מענטש, האָפֿנדיק צו באַקומען אַ תּיקון — קאָן אין אַ מענטש אַרײַן אַ נשמה פֿון אַ צדיק, כּדי צו העלפֿן אים באַהאַלטענערהייט.
אויב אַזוי, האָט דער דריטער שבֿט, פֿאַרבונדן מיטן בית־המיקדש און ממילא מיט משיחישע ענינים, געשפּילט אויף אַ מיסטישן אופֿן אויך אַ פּאָזיטיווע ראָלע אין דער מרגלים־מעשׂה. אין פֿאַרגלײַך מיט משיח בן דוד, דעם ענדגילטיקן צוקונפֿטיקן גואל־צדק, ווערן פֿאַרשיידענע היסטאָרישע פּערסאָנאַזשן, אַרײַנגערעכנט רבי משה־חיים לוצאַטו (רמח״ל), דעם הייליקן בעל־שם־טובֿ און רבי נחמן בראַצלעווער, באַטראַכט ווי משיח בן יוסף — וויכטיקע משיחישע פֿיגורן פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות.
אָפֿט מאָל האָבן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן אַ קורץ לעבן מיט אַ טראַגישער ביאָגראַפֿיע, פֿול מיט נסיונות, רדיפֿות און מיספֿאַרשטייעניש מצד זייערע מיטצײַטלער. געוויסע יחידים, צו מאָל אַפֿילו די זעלבע, ווערן אויך אַסאָציִיִרט מיט משיח בן דוד — נישט אינעם ענדגילטיקן זינען, נאָר ווי פֿאָרלויפֿער פֿון משיחס צײַטן.
אין אַ צאָל מדרשים ווערט אליהו הנבֿיא, דער מבֿשׂר פֿון ביאת־המשיח, אָנגערופֿן אַ „כּהן־צדק‟; ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ משיחישע פֿיגור מיט אַזאַ נאָמען באַווײַזט זיך שוין אין די מגילות־ים־המלח. באַקומט זיך, אַז בלויז די נשׂיאים פֿון די שבֿטים, וואָס אַסאָציִיִרן זיך מיט גאולה־פּראָצעסן, האָבן גערופֿן ייִדן נישט צו האָבן קיין מורא אַרײַנצוטרעטן קיין ארץ־ישׂראל. פֿון דעסט וועגן, זענען דאָך די אַנדערע נשׂיאים אויך געווען גרויסע תּלמידי־חכמים. זיכער האָבן זיי געדענקט, אַז דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצופֿירן דאָס ייִדישע פֿאָלק אינעם געבענטשטן לאַנד פֿון די אָבֿות, און אַז אַ גאַנצע ריי מיצוות קאָן מען מקיים זײַן בלויז דאָרטן. ווי אַזוי זשע האָבן די מרגלים געמאַכט אַזאַ קאַטאַסטראָפֿישן טעות?
אין ספֿרי־חסידות ווערט דערקלערט, אַז די מרגלים האָבן בעצם געהאַט אַ גוטע כּוונה. זיי האָבן גאַנץ ריכטיק געטראַכט, אַז אין ארץ־ישׂראל וועלן ייִדן זיך פֿאַרנעמען מיט גשמיותדיקער אַרבעט, אַנשטאָט ריין רוחניותדיקע עבֿודות און לימוד־התּורה. שפּעטער זענען די שבֿטים טאַקע אַרײַנגעפֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿון עבֿודה־זרה און פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם לאַנד צוליב זייערע עבֿירות און אינערלעכע קריגערײַען. להיפּוך, האָבן ייִדן געגעסן דעם מן במשך פֿון זייערע מידבר־וואַנדערונגען, און געקענט זיך פֿאָקוסירן אינגאַנצן אויף דער עבֿודת־השם. יאָ, זיי האָבן אַרומגעוואַנדערט, אָבער בדרך־כּלל איז זייער לעבן געווען סטאַביל און רויִק.
פֿון דער מעשׂה־מרגלים קאָנען מיר אָפּלערנען וויכטיקע לימודים, וואָס בלײַבן הײַנט־צו־טאָג רעלעוואַנט. הגם די אויסשפּירער האָבן געמאַכט אַ גרויסן טעות, איז אין זייער געדאַנקען־גאַנג פֿאַראַן אַ געוויסע מעלה. אויב אַ ייִדישע קהילה אַנטוויקלט זיך, אָפּגעריסן פֿון דער אַרומיקער וועלט, און דרייט זיך אַרום אינעם זעלבן „מידבר‟ פֿון באַקאַנטע אויסגעטראָטענע וועגן, איז זי טאַקע מער פֿאַרזיכערט פֿון אומגעוווּנטשענע דרויסנדיקע השפּעות.
פֿון דער צווייטער זײַט, באַטאָנען די חז״ל, אַז דער באַשעפֿער האָט געשיקט ייִדן אין גלות, כּדי גרים פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער זאָלן ווערן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אינעם רוחניותדיקן זין מיינט עס, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע קולטורן מוזן מיר אויסקלײַבן די פֿינקעלעך פֿון קדושה — הייליקע געדאַנקען און דרכים, וואָס זענען מסוגל צו באַרײַכערן און פֿאַרטיפֿערן אונדזער אייגענעם תּורה־דרך.
ווי עס גוייִשט זיך, אַזוי ייִדלט זיך, באַמערקט דאָס באַקאַנטע פֿאָלקס־ווערטל. דער אונטערשייד צווישן דעם געזונטן גײַסטיקן סינטעז און, חלילה, אַסימילאַטאָרישע טענדענצן איז אָבער נישט אַלעמאָל קלאָר. אין דעם באַשטייט, בדרך־כּלל, דאָס אַלטע מחלוקת צווישן די חרדים, רבי שמשון־רפֿאל הירשס שיטה פֿון „תּורה עם דרך־ארץ‟ און דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער קאָנצעפּציע פֿון „תּורה ומדע‟. די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן זענען אָבער ווײַט פֿון משיחישער לײַדנשאַפֿט; מעטאַפֿאָריש גערעדט, וואַנדערן זיי איבער די ראַנדן פֿונעם זעלבן „מידבר‟ פֿונעם שטילן טראַדיציאָנעלן לעבן, אָבער בשעת־מעשׂה קוקן זיי אַרויס אין דרויסן.
דווקא בײַ די חסידים, בפֿרט בײַ די חסידישע בעל־תּשובֿות, טרעפֿן זיך אַזעלכע גרופּעס און יחידים, וואָס צוליב זייער רוחניותדיקן ברען זענען זיי גרייט נאָכצופֿאָלגן זייער רבין במסירת־נפֿש אַזש ביז גוואַטעמאַלע — ווי עס האָט געטאָן די קליינע קאָנטראָווערסאַלע, גאָר שטרענגע באַוועגונג „לבֿ טהור‟, בראָש מיט הרבֿ שלמה העלבראַנץ ז״ל. הגם פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג האָט די דאָזיקע גרופּע זיך געהאַלטן וואָס ווײַטער, האָט זיך איר פֿאָרט אײַנגעגעבן מגייר צו זײַן פֿאַרברענטע חסידים פֿונעם אַמעריקאַנער־אינדיאַנער אָפּשטאַם.
דער צמח־צדק, דער דריטער לויבאַוויטשער רבי, פֿלעגט זאָגן זײַנע רוסישע חסידים: מאַך דאָ ארץ־ישׂראל! עס קאָן זײַן, אַז די דערמאָנטע חבֿרה האָט טאַקע אַנטדעקט איר „ארץ־ישׂראל‟, אַן אָרט פֿון קדושה און געטלעכקייט, אין די צענטראַל־אַמעריקאַנער דזשונגלען.
די משיחישקייט, דער אימפּעט איבערצוקערן די וועלט און אַנטפּלעקן רוחניות אויף יעדן שריט, דריקט זיך צומאָל אויס אינעם באַגער „אַרויפֿצופֿליִען‟ אין די הויכע הימלען, אַזוי ווי אליהו, איבערצוכאַפּן די גאַנצע וועלט, ווי משיח בן דוד, אָדער צו וואַנדערן אויף מסוכּענע חידושדיקע וועגן, ווי משיח בן יוסף. די ראָשים פֿון פּונקט אָט־די דרײַ שבֿטים, וואָס דינען ווי אַ מין אַרכעטיפּ פֿון פֿאַרשיידענע סאָרטן משיחיזם, זענען נישט געווען פֿאַרמישט אינעם חטא פֿון די מרגלים. אין דער זעלבער צײַט, האָט דאָס אומבאַקאַנטע לאַנד טאַקע געדראָט מיט סכּנות.
כּדי אין די שטרענג פֿאַרמאַכטע קהילות זאָל בלאָזן דער פֿרישער ווינט פֿון לעבעדיקע חידושים, מוזן זיך כּסדר באַווײַזן „עקסצענטרישע‟ יחידים, וואָס רופֿן אַרײַנצוטרעטן אין די סאַמע טיפֿענישן פֿון אונדזער אינערלעכער נשמה־וועלט, אינעם הייליקן לאַנד פֿונעם גלײַסטיק־באַלויכטענעם מוח און האַרץ. אַמאָל האָב איך געהערט אַ ייִד אין וויליאַמסבורג — ווײַזט אויס, רבי נחמנס אַ חסיד פֿון ארץ־ישׂראל — שרײַען אין מיטן דער גאַס זײַנע אייגענע בקשות און תּחנונים צום רבונו־של־עולם אויף אַ פּשוטן מאַמע־לשון. דער ייִד האָט געציטערט און געוויינט. קאָן אַזאַ דרך זײַן מסוכּן? זיכער. דער ייִד האָט, נעבעך, אויסגעזען ווי אַ פּסיכיש קראַנקער. האָט זיך אים פֿאָרט אײַנגעגעבן אַרײַנצוקומען אינעם „הייליקן לאַנד‟ פֿון זײַן נשמה? אפֿשר יאָ, ווער ווייסט…
מע מוז זיך האַלטן פֿעסט אויפֿן „דרך ישׂראל סבא‟, אויפֿן וועג פֿון דער ייִדישער מסורה. אין דער זעלבער צײַט, מוז מען זײַן גרייט אַרויסצוקומען פֿונעם „מידבר‟, כּדי צו געפֿינען אַן אוניקאַלן, פּערזענלעכן וועג צום רבונו־של־עולם. איידער מע הייבט אָן צו „פֿליִען‟ איבער די גרענעצן, מוז מען אָבער קודם דורכמאַכן דעם לאַנגן וועג פֿון געוויינטלעכע אויפֿפֿירונג־נאָרמעס, כּדי דער מיסטישער אימפּעט זאָל נישט פֿאַרפֿירן. פֿאָרט, טאָר מען נישט איבערחזרן דעם חטא פֿון די מרגלים: אַפֿילו אין די סאַמע געוויינטלעכע טאָגטעגלעכע ענינים דאַרף מען שטרעבן צו געפֿינען אָדער אַרײַנצולייגן אַ לעבעדיקן פֿונק פֿון נשמה־פֿײַער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.