הרבֿ יוסף לאַסדון איז געווען אַ דאַרער ייִד אין די דרײַסיקער, געקליידט — ווי אַ סך פֿרומע לײַט אין וואַשינגטאָן הײַטס — אין שוואַרץ־און־ווײַסע בגדים. ער איז געקומען פֿון זײַן דירה אויף בענעט עוועניו צו מײַן דירה אין בראָנקס, כּדי אָפּצונעמען און פֿאַרריכטן אַ פּסולע פּאָר תּפֿילין. לויט מײַן שכן דעם חזן, איז בלויז הרבֿ לאַסדון געווען מסוגל זיי צו רעסטאַוורירן.
הרבֿ לאַסדון איז בכלל נישט אָנגעגאַנגען וואָס ער געפֿינט זיך אין אַ דירה אַליין מיט אַ פֿרוי. בלויז איין זאַך איז אים געווען וויכטיק: אויסגעפֿינען אַלץ וואָס ער קען וועגן די תּפֿילין — און וואָס פֿאַר אַ שייכות זיי האָבן צו מיר.
כ׳האָב אים דערציילט אַז דער ערשטער אייגנטימער פֿון די תּפֿילין איז געווען ד״ר ווינטער, מײַן מאַמעס אָבסטעטריקער, וואָס האָט מיך געבראַכט אויף דער וועלט. ד״ר ווינטער איז שוין געהאַט ניפֿטר געוואָרן מיט צענדליקער יאָרן פֿריִער און די תּפֿילין זענען איצט געווען אין רשות פֿון זײַן זון, אַ מאַן אין מײַנע יאָרן. נאָך דעם ווי מע וועט זיי רעסטאַוורירן — האָב איך געזאָגט — וועט מען זיי שענקען ד״ר ווינטערס אייניקל לכּבֿוד זײַן בר־מיצווה.
„האָט איר אַ מאָל געזען ווי תּפֿילין זעען אויס אינעווייניק?‟ האָט הרבֿ לאַסדון מיך געפֿרעגט, שטאַמלענדיק אַ ביסל. ער האָט אַרײַנגעגליטשט די האַנט אין דער קעשענע פֿון זײַן רעקל און אַרויסגעצויגן אַ מעסערל, גלײַך ווי אַ כּישוף־מאַכער ציט אַרויס אַ טײַבעלע. מיט פֿלינקע הענט האָט ער צעעפֿנט דאָס לעדערנע קעסטעלע און דערבײַ האָט אַרויסגעשפּריצט אַ וואָלקנדל שטויב ווי אַ קליינטשיקער נוקלעאַרער אויפֿרײַס. אין עטלעכע סעקונדעס איז עס פֿאַרשוווּנדן.
„שטויב! גלײַך ווי פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט אַרויס!‟ האָב איך אַ פֿאַרחידושטע זיך צוגעקוקט.
ער האָט געשוויגן אָבער געמאַכט מיטן ברעם, אַזוי צו זאָגן: „אַ נסיעה דורך דער צײַט!‟
דאָס איז זיכער נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס הרבֿ לאַסדון מאַכט אַזאַ כּישוף אָבער ס׳האָט אויסגעזען ווי מײַן באַוווּנדערונג האָט אים טאַקע באַגײַסטערט. אינטערעסאַנט איז אויך וואָס דער סופֿר האָט מיך נישט געפֿרעגט צי איך צינד שבת־ליכט, ווי עס טוען אַ מאָל אַנדערע רבנים ווען זיי זעען אַז איך טראָג הויזן. ער האָט מיך נישט געבעטן לאָזן די טיר אָפֿן צוליב הלכת ייִחוד. ער איז סתּם געקומען אויף אַ שליחות, בודק זײַן אַ פּאָר תּפֿילין.
במשך פֿונעם קורצן באַזוך האָט הרבֿ לאַסדון מיך אַרײַנגעפֿירט אין אַ וווּנדערלעכער וועלט, וואָס נעמט אַרײַן דעם אַמאָליקן סופֿר פֿון די תּפֿילין; אַ שטיקל לעדער און אַ בחורל וואָס האַלט בײַם בר־מיצווה ווערן. דעם סופֿרס הענט האָבן פֿלינק געאַרבעט און איך בין געשטאַנען דערבײַ ווי אַן עדות, בעת די תּפֿילין זענען אַריבער פֿון איין תּקופֿה אין אַ צווייטער. אַ הייליקער מאָמענט פֿאַר אונדז ביידן; איינער — אַ פֿרומער, איינע — ממש אַ וועלטלעכע.
יענע באַגעגעניש האָט געדויערט נישט מער ווי 15 מינוט אָבער איך האָב עס קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן, און ווען איך האָב לעצטנס דערהערט די בשׂורה אַז ער איז ניפֿטר געוואָרן, איז עס געווען ווי אַ זונענשטראַל איז בײַ מיר אויסגעלאָשן געוואָרן.
זאָל דער גוט־האַרציקער סופֿר ווײַטער געפֿינען געלעגנהייטן אויסצוזוכן און פֿאַרריכטן פּסולע תּפֿילין אין זײַן אייגן ווינקל פֿון גן־עדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.