איבערן לאַנד קומען רעגלמעסיק פֿאָר טרעפֿונגען פֿאַר די געראַטעוועטע פֿון חורבן, וואָס מע רופֿט „קאַפֿע אייראָפּאַ‟. די פֿאַרזאַמלונגען זענען פֿינאַנצירט פֿון די גוטמאַכונג־געלטער פֿון דײַטשלאַנד (Claims Conference) צוזאַמען מיט דער פֿעדעראַציע מנדבֿים פֿונעם „פּאָלאָ־קלוב‟. דאָס מאָל איז דער צונויפֿקום פֿאָרגעקומען בײַ געדעקטע טישן אין דער „בני תּורה קאָנגרעגיישאָן‟ אין באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע.
האָב איך באַשלאָסן זיך אַרײַנצוכאַפּן אַהין, זען מיט די אייגענע אויגן וואָס עס קומט פֿאָר בײַ אַזאַ פֿאַרזאַמלונג. און דאָס וואָס איך האָב דאָרט געהערט און געזען איז בײַ מיר געווען אַ גרויסער האַרץ־ווייטיק.
עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הונדערטער געראַטעוועטע, יעדער טיש איז געווען אַסיגנירט לויט די לענדער פֿון וואַנען די געראַטעוועטע מענער און פֿרויען שטאַמען. די באַזונדערע טישן האָבן רעפּרעזענטירט אַזעלכע לענדער ווי פּוילן, טשעכײַ, ליטע, לעטלאַנד, רוסלאַנד, אונגאַרן, רומעניע, אוקראַיִנע, דײַטשלאַנד, עסטרײַך און אַזוי ווײַטער — אַ יעדער לאַנד וואָס האָט געהאַט אַ חלק אין אונדזער אומקום. יעדער באַזונדערער טיש האָט אָדער גערעדט צווישן זיך די שפּראַך פֿונעם לאַנד פֿון וואַנען זיי שטאַמען אָדער ענגליש. קיין אײַן ייִדיש וואָרט האָב איך נישט געהערט.
מײַן טיש האָט גערעדט צווישן זיך אונגעריש, האָב איך זיך אָנגעבויגן און געפֿרעגט בײַם עלטערן ייִדן וואָס איז געזעסן לעבן מיר צי ער קען רעדן ייִדיש, האָט ער זיך אָנגעבויגן צו מיר און אויף ענגליש געזאָגט „ניין!‟. אַחוץ דעם האָט ער צוגעגעבן אַז בײַ זיי אין דער היים האָט מען נאָר גערעדט אונגעריש.
ווו איך האָב זיך געוואָנדן, צו וועלכן טיש איך בין צוגעגאַנגען מיט דער פֿראַגע פֿון ווער רעדט דאָ ייִדיש, איז דער ענטפֿער געווען אויף ענגליש: „בײַ אונדז אין דער היים האָט מען נאָר גערעדט די לאַנדשפּראַך.‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז נישט געווען אמת.
דערווײַל האָט זיך אָנגעהויבן די פּראָגראַם בעת מען האָט סערווירט די מאָלצײַט. דער פֿאַרוואַלטער האָט זיך געוואָנדן צום עולם פֿאַרזאַמלטע אויף ענגליש און געהייסן מ’זאָל זיך אויפֿשטעלן און זינגען דעם „סטאַר ספּענגלד בענער,‟ דעם אַמעריקאַנער הימען. גלײַך נאָך דעם האָט מען געזונגען די התּיקוה.
ערגעץ אין צווישן דעם פֿרעס האָט עמעצער געהאַלטן עפּעס אַ רעדע; אַלץ וואָס איך האָב געהערט איז געווען: „ציונות, חזנות (כאַזאַנוט) און גלות (גאַלוט), תּורה (טאָראַ), אבות (אַוואָט)‟ און נאָך אַזעלכע צאַצקעס צו וועלכע דער עולם האָט זיך נישט צוגעהערט. ס’איז געווען אַ טרוקענער צענויפֿקום, אָן אַ ייִדישן טעם, קיינער האָט נישט געזונגען קיין ייִדיש ליד אָדער אַ העברעיִש ליד, ממש אויסגערייניקט אַן אָוונט פֿון ייִדישן תּמצית.
וואָס עפּעס? איז קיינער נישט געווען מסוגל צונויפֿצושטעלן אַ לײַטישע ייִדישע פּראָגראַם? נאָך אַלעמען, עס זיצן אַרום די טישן הונדערטער געראַטעוועטע, רוף אַרויס איינעם אָדער צוויי פֿון זיי, זאָלן זיי דערציילן כאָטש אַ מאָמענט פֿון זייערע איבערלעבונגען, ברענג אַרײַן אַ ייִדישן אָדער ישׂראלדיקן זינגער, לאָמיר הערן אַ ייִדיש ליד, אַ העברעיִש ליד, אַ שטיקל רעפֿעראַט אויף אַן אינטערעסאַנטער ייִדישער טעמע.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס איז דאָס עם־הארצות געווען אַזוי גרויס ווי דער ייִדישער גלות. אַ שאָד, וואָס קיינער האָט נישט געהערט פֿון אונדזערע גרויסע ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער וואָס האָבן דערציילט וועגן אונדזער אומגליק. איך וועל אָנכאַפּן אַבֿרהם סוצקעווערן, וווּ ער האָט באַוויינט אונדזער ביטערן גורל אונטער היטלערס קלעם, אויף אַזאַ אופֿן:
דערצייל מיר נישט פֿון גוטע דײַטשן,
ס׳קערט פֿון דעם די גאַל,
עס וויינען אויף העברעיִש
מײַנע אויסגעצאַנקטע אותיות
איך האָב געזען ווי גוטע דײַטשן
מאָרדן ווויל און גוט
און שפּילן אויף אַ זילבערפֿלײט
די זעלביקע מינוט.
און שפּילן פֿוטבאָל מיט אַ ייִדיש קינד
זאָל אייביק, אייביק
זיי בויערן אין טעמפּן שאַרבן
זײַן פֿאַרגאָסן בלוט.
…דערצייל מיר נישט אויב ס׳זענען
גוטע דײַטשן דאָ באמת —
פֿאַרוואָס פֿאַרזוכן זיי נישט
זייער אייגענעם ציקלאָן!!!
גאָרנישט! דער זאַל איז שטום, דער עולם איז אַרײַנגעטאָן אינעם פֿרעס, מוחות אויסגעליידיקט פֿון ייִדיש וויסן, פֿון דער ייִדישער קולטור, פֿון ייִדישן מהות. נו? ווען עמעצער וואָלט פֿאַר זיי פֿאָרגעלייענט אַ פּאָר שורות פֿון איציק מאַנגערן, וועלכער האָט זיך אַליין געראַנגלט מיט גאָט און מיטן טויט אין צײַט פֿון אונדזער אומקום:
גאָט כּבֿיוכל איז גרויס
הײַנט, פּונקט ווי אַמאָל,
נישט ווײַל ער דונערט אין הימל,
נאָר ווײַל ער כליפּעט אין טאָל!
און פֿאַרוואָס נישט דערמאָנען אונדזער גרעסטן ייִדישן שרײַבער־פּאָעט חיים גראַדען, וועלכער שרײַבט וועגן זײַן מאַמען, וואָס איז אומגעקומען בײַ די דײַטשן אין פּאָנאַר.
אויף מײַן האַרץ ליגט איר קאָפּ,
איך וויש אויס אירע טרערן —
און איר האַנט וואַשט אַראָפּ
קאַלטן שווײס פֿון מײַן שטערן
איך הער פֿון דער ווײַטן איר קלאָגן,
מײַן זון! דו זאָלסט אַלץ איבערטראָגן,
איך צײל אויף איר פּנים די קאַרבן,
זאָלסט מאַמע פֿון בענקשאַפֿט נישט שטאַרבן.
יעקבֿ גלאַטשטיין זאָגט אָן די בשׂורה אין צוויי שורות, אַז „אָן ייִדן וועט נישט זײַן קיין ייִדישער גאָט!‟
אונדזער פֿאַרלוסט איז גרויס, אָבער דער פֿרעס וועט נישט זעטיקן זייער הונגער און נישט פֿאַרהיילן זייער טיפֿע ווונד. לאָמיר זיך בעסער באַקענען מיט אונדזערע ייִדישע אוצרות, אויסגעפֿינען ווער מיר זײַנען, וואָס מיר האָבן אויפֿגעטאָן און וואָס פֿאַראַ ירושה מיר לאָזן איבער אונדזערע קינדער און אייניקלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.