אין פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק איז מען געוווינט, אַז ליטעראַרישע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש פּראַוועט מען מערסטנס אַרום שאַפֿונגען פֿון שרײַבער פֿון פֿריִערדיקע דורות. ווען מע נעמט אויף אַ שרײַבער אין אַקטיוון עלטער, איז עס געוויינטלעך צו שמועסן אויף פֿראַנצייזיש וועגן אַ ווערק אויף דער לאַנדשפּראַך, אַפֿילו אויב דאָס ווערק איז אינטים פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש–רעדנדיקע ייִדן.
הײַנטיקע וואָך איז אָבער פֿאָרגעקומען בײַ אונדז אַן אונטערנעמונג — אַ יוצא–מן–הכּלל. דינסטיק דעם 12טן יוני האָבן מיר געהאַט אַ לעקציע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שמועס אויף ייִדיש מיטן שרײַבער יהושע האַלבערשטאַם, וואָס האָט דאָ אָפּגעשטאַט אַ וויזיט צום דערשײַנען פֿון דער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג פֿון זײַן ענגלישן ראָמאַן A Seat at the Table. געשמועסט מיט האַלבערשטאַמען האָט דער אַרויסגעבער פֿונעם בוך, זשיל ראָזיע, אַליין אַ קענער פֿון ייִדישער ליטעראַטור און אַ מחבר אויף פֿראַנצייזיש, וואָס אין זײַנע ראָמאַנען באַגעגנט מען צו מאָל געשטאַלטן פֿון ייִדישע שרײַבער.
דאָס באַגריסוואָרט האָט געהאַלטן דער שרײַבער פֿון די שורות, וואָס האָט קורץ דערמאָנט אַז פֿאַר די לייענערס און לערנערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז אַ מחבר אַ רביש אייניקל, ווי האַלבערשטאַם, נישט קיין נאָווענע. שרײַבער ווי י. י. טרונק, זלמן שניאור, אַהרן צייטלין, פֿישל שניאורסאָן, אורי–צבֿי גרינבערג, יעקבֿ פֿרידמאַן צי ברוך האַגער, זענען געווען לײַבלעך אויסגעטונקען אין סאַמע עכטסטן חסידישן ייִחוס. דעם ייִדיש–לייענער זענען אויך באַקאַנט די פֿיל פֿאַרשיידענע טעמעס וואָס דער אָפּשטאַם פֿון אַ צדיקים–גזע האָט אינספּירירט יענע שרײַבער. דעריבער איז באַזונדערש אינטערעסאַנט צו שמועסן דווקא אויף ייִדיש מיט אַ דערציילער וואָס פֿאַרקערפּערט אַ פֿרישן גילגול, דאָס מאָל אין ענגלישן לבֿוש, פֿון דעם דאָזיקן מין „גאָלדענע קייט“.
אויף זשיל ראָזיעס פֿראַגעס, האָט יהושע האַלבערשטאַם זיך קורץ אָפּגעשטעלט אויף זײַן ייִחוס, וואָס נעמט אַרום אַ גאַנץ בינטל צדיקישע דינאַסטיעס: סאַנדז, בעלז, באָבאָוו א״אַ, פֿאַרפֿלאָכטענע דורך דורות מחותּנימשאַפֿט. ער האָט אויך דערציילט וועגן גורל פֿון די פֿאַרשיידענע צווײַגן און מיטגלידער פֿון זײַן משפּחה אין די חורבן–יאָרן.
ממש פֿאַרכאַפּנדיק איז געווען דער טייל שמועס וואָס האָט זיך באַצויגן צו דער צענטראַלער (און שטאַרק אויטאָביאָגראַפֿישער) טעמע פֿונעם ראָמאַן : דאָס אַרויסגיין „לתּרבות–רעה“ פֿונעם זון אין וועלכן זײַן טאַטע האָט געזען דעם צוקונפֿטיקן רבישאַפֿט–יורש. האַלבערשטאַם — הײַנט אַ פֿילאָסאָפֿיע–פּראָפֿעסאָר אויפֿן אוניווערסיטעט — האָט מיט גרויס דינקייט דערקלערט די קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגיע פֿון חסידות–מנהיגים אין דער אַמעריקע פֿון די פֿופֿציקער–זעכציקער–זיבעציקער יאָרן, ווען זיי האָבן זיך געמוזט ראַנגלען פֿאַר גרענעצן צווישן ייִדישקייט און וועלטלעכקייט נישט נאָר אינעם לעבן פֿון זייער משפּחה און זייער עדה, נאָר אויך אין זייער אייגענער נשמה. אַ דאַנק דער דאָזיקער באַוווּסטזיניקער קאָמפּליצירטקייט, וועט דער בונט פֿונעם זון, אינעם ראָמאַן ווי אין לעבן, זיך נישט אויסלאָזן מיט קיין ריס און מיט קיין שׂינאה, נאָר פֿאַרקערט — מיט האַרציקע געפֿילן צו דעם, פֿאַר וועלכן עס וואַרט שטענדיק גרייט „אַן אָרט בײַם טיש“.
האַלבערשטאַם האָט דערציילט אַז צום אָנהייב האָט ער גאָר נישט בדעה געהאַט אָנצושרײַבן אַזאַ ראָמאַן. ער האָט פּשוט, נאָכן טאַטנס פּטירה, געוואָלט איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש די גרויסע צאָל חסידישע מעשׂיות וואָס זײַן טאַטע פֿלעגט דערציילן אַלע וואָך, אין משך פֿון פֿינף און צוואַנציק יאָר, אויפֿן ניו–יאָרקער ייִדישן ראַדיאָ. ביסלעכווײַז האָבן די מעשׂיות — דער כּסדרדיקער שמועס–שטאָף צווישן חסידים — אַרויסגערופֿן די זכרונות פֿון מאָמענטן ווען זיי האָבן געדינט דעם טאַטן צו מוסרן זײַן זון און אויך געדינט דעם זון ווי אַ מיטל, אַז זײַנע נישט–ייִדישע פֿרײַנד זאָלן פֿאַרשטיין עפּעס פֿון זײַן וועלט. צום סוף איז אויפֿגעקומען דער ראָמאַן, אין וועלכן אַ ריי חסידישע מעשׂיות זענען אַרײַנגעפֿלאָכטן ווי אַ מין רעם צו דער האַנדלונג.
צום סוף פֿון דער אונטערנעמונג — אויף וועלכער עס איז געקומען אַ גאָר שיינער עולם, כאָטש זי האָט געמוזט פֿאָרקומען אין אַ פּראָסטן דינסטיק נאָך מיטאָג — האָט דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש–צענטער טל חבֿר–כיבאָווסקי פֿאָרגעלייענט מיט געפֿיל די דערציילונג „פּדיון–שבֿויים פֿון אַ נשמה דורך אַ חנוכּה–מנורה“ — איינע פֿון די 250 אויפֿגעהיטע חסידישע מעשׂיות פֿון יהושע האַלבערשטאַמס פֿאָטער.
דאָס וואָס די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען אויף ייִדיש, האָט איר באמת צוגעגעבן אַן אַנדער דימענסיע. ערשט דורך האַלבערשטאַמס ייִדיש האָט מען דערשפּירט דעם טעם פֿונעם געראַנגל — און אויך פֿון דער פּשרה — צווישן דער גוט–ייִדשער סבֿיבה און דער וועלטלעכקייט. און טאַקע, ווי אַנדערש, אויב נישט דורך ייִדיש, ווערט אויפֿגעהיט פֿאַר אַ וועלטלעכן ייִדן „אַן אָרט בײַם טיש“ פֿון דער רײַכער, פֿילפֿאַרביקער ייִדישקייט ?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.