אַז מען לעבט, דערלעבט מען. אַ ישׂראלדיקע פּאַראַשוטיסטן־איינהייט האָט די וואָך געלאַנדעט אויף אַ מיליטערישן פֿליפֿעלד אין פּוילן און אים איבערגענומען.
דאָס איז געשען, פֿאַרשטייט זיך, לויטן פּלאַן פון דער אַמעריקאַנער אַרמיי אין אייראָפּע. די מאַנעוורעס האָבן געהייסן Swift Response, דהײַנו — אַ גיכער ענטפֿער.
דער קאָמאַנדאַנט פֿון דער ישׂראלדיקער איינהײט, אַמיר פּורי, האָט באַטאָנט אַז בײַ די ישׂראלדיקע קעמפֿערס איז די לאַנדונג אין פּוילן געווען זייער עמאָציאָנעל. דאָרט אויפֿן אָרט וווּ נישט־באַשוצטע ייִדן זענען בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה דערמאָרדעט געוואָרן, האָבן די ישׂראלדיקע פּאַראַשוטיסטן רעפּרעזענטירט די נײַע ייִדישע מאַכט.
אפֿשר נאָך סימבאָלישער איז דער פֿאַקט וואָס די באַזע פֿאַר די ישׂראל־קעמפֿערס איז געווען ראַמשטײַן, דײַטשלאַנד.
עליטישע סאָלדאַטן פֿון אַמעריקע, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, איטאַליע, שפּאַניע און פּאָרטוגאַל האָבן אָנטייל גענומען אין די מאַנעוורעס.
דאָס איז געווען צום ערשטן מאָל זינט 1944 וואָס ישׂראלדיקע קעמפֿערס זענען אַראָפּפּאַראַשוטירט געוואָרן אין אייראָפּע. אין 1944 האָט אַ גרופּע ארץ־ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אַראָפּפּאַראַשוטירט פֿון בריטישע עראָפּלאַנען אין יוגאָסלאַוויע כּדי צו העלפֿן די אָרטיקע אַנטי־נאַצי פּאַרטיזאַנער אין זייער קאַמף קעגן די דײַטשן. חנה סענעש איז געווען איינע פֿון זיי. פּראָ־נאַצישע אונגאַרישע קאָלאָבאָראַנטן האָבן זי געכאַפּט, געפּײַניקט און דערנאָך דערשאָסן.
מסתּמא איז דער סאַמע טשיקאַווסעטער סאָלדאַט אין די הײַיאָריקע מאַנעוורעס געווען סערזשאַנט אָבֿיבֿ בר־ידין.
נאָך צוויי שעה פֿון אַ בליצקריג, פֿון דײַטשלאַנד קיין פּוילן, האָט בר־ידין אַראָפּפּאַראַשוטירט אין פּוילן. דאָרט האָט ער אָנטייל גענומען אין אַ געראָטענעם אָנגריף אויף פּוילישע סאָלדאַטן וואָס האָבן כּלומרשט פֿאַרטיידיקט אַ פֿליפֿעלד אין מיטן וואַלד. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ גייט אַ רייד וועגן אַ ווירטועלן קאַמף, אַ מיליטערישע געניטונג.
אָבֿיבֿ האָט אָבער געהאַט די מעגלעכקײט זיך צו טרעפֿן מיט זײַן באָבען וואָס וווינט אין פּוילן. ער דערציילט אַז זי איז געווען זייער גערירט צו זען איר אײניקל אין אַ קאַמף־מונדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי.
די באָבע הייסט איזאַבעלאַ טשעשלאַק און זי וווינט אין וואַרשע. איר טאַטע־מאַמע זענען אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און איזאַבעלאַ איז געבוירן געוואָרן אין 1945. די משפּחה וואָס איז געבליבן אין פּוילן איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן.
די צײַט פֿליט. איזאַבעלאַ האָט חתונה געהאַט מיט אַ קאַטוילישן בחור. זיי האָבן געהאַט אַ טאָכטער — אָבֿיבֿס מאַמע, וועלכע האָט נישט געוווּסט אַז זי איז אַ ייִדישקע ביז זי איז געווען צען יאָר אַלט. צו אַכצן יאָר האָט זי צום ערשטן מאָל באַזוכט ישׂראל. דאָרט האָט זי זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדישן בחור פון אַמעריקע. זיי האָבן חתונה געהאַט און געהאַט פֿיר קינדער. אָבֿיבֿ איז איינס פֿון זיי.
אָבֿיבֿ האָט פֿון תּמיד אָן געהאַט נאָענטע באַציִונגען מיט דער באָבען און זי באַזוכט שוין עטלעכע מאָל. ער איז אָבער דאָס מאָל געווען אַזוי פֿאַרשמירט מיט קאַמאָפֿלאַזש־קאָלירן אַז די באָבע האָט אים קוים דערקענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.