פּאָול אַלכּסנדר, וואָס איז ווי אַן עופֿעלע געפֿאָרן מיטן „קינדער־טראַנספּאָרט‟ פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד קיין לאָנדאָן, וועט צו 81 יאָר נאָכגיין דעם זעלביקן מאַרשרוט — דאָס מאָל אויף זײַן ביציקל.
די ביציקל־רײַזע, פֿון אַן ערך 600 מײַל, ווערט אָרגאַניזירט ווי אַן אופֿן אָפּצומערקן 80 יאָר זינט דער ראַטיר־אַקציע, אין וועלכער 10,000 קינדער (איבערהויפּט אָבער ניט אויסשליסלעך ייִדישע) זענען אַריבערגעפֿירט געוואָרן אויף באַנען פֿון דײַטשלאַנד קיין ענגלאַנד. די אָרגאַניזאַציע World Jewish Relief, וואָס האָט אין זײַן פֿריִערדיקן גילגול ווי The Central British Fund for German Jewry אונטערגעשטיצט דעם „קינדער־טראַנספּאָרט,‟ אָרגאַניזירט די ביציקל־רײַזע. צוזאַמען מיט אַלכּסנדר וועלן מיטפֿאָרן 39 אַנדערע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל, אַמעריקע און אינדאָנעזיע. געוויסע זענען קינדער און אייניקלעך פֿון ייִדן, וועלעכע זענען געראַטעוועט געוואָרן דורכן „קינדער־טראַנספּאָרט,‟ אַנדערע נעמען אָנטייל סתּם צו העלפֿן אָפּמערקן דעם יובֿל.
אַלכּסנדר געדענקט אַוודאי ניט דעם „קינדער־טראַנספּאָרט‟ פֿון דײַטשלאַנד קיין ענגלאַנד. זײַנע ערשטע זכרונות, זאָגט ער, זענען פֿון אַן ערך אַ יאָר שפּעטער, ווען מע האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין די אונטערערדישע טונעלן פֿון דער לאָנדאָנער אונטערבאַן, כּדי אים צו באַשיצן פֿון דער דײַטשישער באָמבאַרדירונג. להיפּוך צו ס׳רובֿ קינדער פֿונעם „קינדער־טראַנספּאָרט,‟ איז זײַנע עלטערן באַשערט געוואָרן צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד, און ער האָט זיך ווידער געטראָפֿן מיט זיי גלײַך נאָכן אָנהייב פֿון דער מלחמה. שפּעטער איז ער געוואָרן אַן אַדוואָקאַט, חתונה געהאַט מיט אַ מיידל פֿון ישׂראל און דאָרטן זיך באַזעצט.
אַלכּסנדר וועט פֿאָרן צוזאַמען מיט זײַן זון נדבֿ און זײַן אייניקל דניאל. „ס׳איז מײַן אָפּרוף אויף היטלערן,‟ האָט ער דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט דער „פֿראַנצייזישער פּרעסע־אַגענטור.‟
„איך וויל באַווײַזן, אַז איך קען דאָס טאָן. און איך וויל דורך דער רײַזע אויסדריקן מײַן דאַנקבאַרקייט, וואָס איך האָב געקענט מצליח זײַן אינעם לעבן און געניסן פֿון אַ פֿריילעכן זיווג־ און משפּחה־לעבן. בײַ מיר איז דאָס אַ נצחון־רײַזע.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.