אויפֿן 20סטן תּל־אָבֿיבֿער אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל געווידמעט דאָקומענטאַרע פֿילמען - וואָס מע רופֿט דאָ פּשוט „דאָקאַבֿיבֿ‟ - האָט מען הײַיאָר, ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן, געוויזן איבער 100 פֿילמען פֿון איבער דער וועלט. צװישן די קאַטעגאָריעס פֿון די פֿילמען: יונגע דאָקומענטאַריסטן, הומאָריסטישע פֿילמען, קינדערפֿילמען, אאַז”וו. פֿון די אַלע פֿילמען וועל איך הײַנט רעצענזירן דרײַ, וועלכע באַהאַנדלען בפֿירוש ייִדישע און ישׂראלישע טעמעס.
„דער פּרינץ און דער דיבוק‟
אינעם בוך „דער מענטש וואָס וויל זײַן אַ פּרינץ‟, וואָס איז לעצטנס איבערגעזעצט געוואָרן פֿון פֿראַנצייזיש אויף פּויליש, דערציילט דער מחבר שמואל בלומענפֿעלד די געשיכטע פֿון מיכאל וואַשינסקי (1904־1965) דעם מיסטעריעזן פּויליש־ייִדישן רעזשיסאָר פֿונעם ייִדישן פֿילם, „דער דיבוק‟. װען עלוויראַ ניוויעראַ און פּיאָטר ראָסאָלווסקי, צװײ פּוילישע פֿאָרשער, האָבן געלײענט דאָס בוך האָבן זײ באַשלאָסן װײַטער צו פֿאָרשן ס’לעבן און שאַפֿונג פֿון װאַשינסקין, און דערפֿון איז אַרויסגעקומען דער פּויליש־דײַטשער פֿילם, „דער פּרינץ און דער דיבוק‟.
וואַשינסקי איז געבוירן געוואָרן אינעם פּוילישן שטעטל קאָוועל. נאָכן װערן אַ פּראָדוצירער פֿון פֿילמען האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קײן איטאַליע, װוּ ער האָט זיך געקהלט מיט אַריסטאָקראַטן און פֿילמשטערן אָבער נישט גערעדט װעגן זײַן אײגענעם הינטערגרונט. זײַן ייִדישן אָפּשטאַם און עבֿר האָט ער פֿאַקטיש אויסגעמעקט. גערופֿן האָט מען אים דעם פּוילישן פּרינץ.
ווי אַ האָמאָסעקסואַליסט, האָט וואַשינסקי אין זײַנע מעמואַרן אַ מאָל געשריבן: „כ’האָב באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן הינטער זיך מײַנע זכרונות. ס’לוינט זיך ניט, כ’זאָל וויסן ווער איך בין.‟ װי אַ רעזולטאַט האָט ער אין פֿאַרלויף פון זײַן לעבן אָנגענומען אויף זיך פֿאַרשידענע אידענטיטעטן, ווי עמעצער וואָס אַנטלויפֿט פֿון זײַן אייגענעם שטאַם. זײַן האָליוווּדער פֿילם „די מפּלה פֿון דער רוימישער אימפּעריע‟ (1962), פּראָדוצירט מיט ריזיקע אינוועסטיציעס פֿאַר יענער יאָרן, האָט אים אויך דערפֿירט צו זײַן ירידה, ווײַל ס’האָט ניט אַרײַנגעבראַכט די דערוואַרטע הכנסה.
אייגנטלעך איז עס אַ גרויסער פּאַראַדאָקס װאָס דער סאַמע באַרימטסטער ייִדישער פֿילם, „דער דיבוק‟, וואָס איז אַזוי רעפּרעזענטאַטיוו פֿון דער ייִדישער קולטור האָט געשאַפֿן אַ מענטש וואָס האָט מיט ייִדישקייט ניט געוואָלט האָבן צו טאָן. ס’איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקער פֿילם, אָבער ס׳איז אַ שאָד וואָס דער טייל געווידמעט וואַשינסקיס ייִדישער משפּחה און וואָרצלען קומען נישט בײַם אָנהײב פֿון פֿילם. אַזוי וואָלט זיך באַקומען אַ שאַרפֿערע שפּאַנונג צווישן דעם מקור און דער קאָסמאָפּאָליטישקייט פֿון אָט דעם ריזיקן פֿילמשאַפֿער.
וועגן די סתּירותדיקע כּוחות אין דעם פֿילם זאָגט עדות עלוויראַ ניוויעראַ אַליין אינעם שמועס נאָכן דעמאָנסטרירן דעם פֿילם: „ס’האָט מיך צוגעצויגן די קאָמפּליצירטע לעבנס געשיכטע פֿון מיכאל וואַשינסקי, אַ פֿיל־פּנימדיקער מענטש מיט פֿאַרבאָרגענע סודות… מיר האָבן כּסדר געטראָפֿן מענטשן, וועלכע האָבן געזאָגט, אַז דאָס איז אַ פֿילם וועגן זיי גופֿא, וועגן דער קאָמפּליצירטער מזרח־אייראָפּעישער ייִדישער אידענטיטעט.‟
בקיצור, דער פֿילם באַווײַזט ווי טיף איז די ייִדישע קולטור־ירושה אין פּוילן, וואָס עקסיסטירט דאָרט נישט מער.
ישורון אין זעקס קאַפּיטלעך
דער דאָזיקער דאָקומענטאַר, פּראָדוצירט אין ישׂראל אין 2018, איז געווידמעט ס’לעבן און שאַפֿן פֿונעם פּאָעט אָבֿות ישורון (פֿון דער הײם: יחיאל פּערלמוטער). עולה געווען אין 1925, האָט ער אַ סך יאָרן געװוינט אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָר געווען עלנט און כּמעט װי אין חרם.
ישורון איז געווען אַ ראַדיקאַלע פּערזענלעכקייט, ווײַט פֿונעם הויפּטשטראָם פֿון דער ישׂראלישער ליטעראַטור. אין זײַנע ווערק האָט ער געשריבן העברעיִש מיט זײַן אייגענער אָרטאָגראַפֿיע און אַרײַנגעבראַכט אין זײַן העברעיִש אַ סך ייִדיש און אַראַביש. ייִדיש איז געווען זײַן מוטערשפּראַך און ר’האָט זײַן גאַנץ לעבן געפֿילט די אינערלעכע צעריסנקייט, פֿאַרן האָבן פֿאַרלאָזט זײַנע עלטערן אין קראַסנינטאַוו ערבֿ דעם חורבן. און פֿאַר וואָס אַראַביש? ווײַל ווי נאָר ער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל איז ער געווען באַגײַסטערט פֿון די היגע אײַנוווינער אין לאַנד און שפּעטער, נאָך דער גרינדונג פֿון דער מדינה, האָט ער אַרויסגעוויזן גרויס מיטגעפֿיל צו די לײדן און גירוש פֿון די פּאַלעסטינער.
דער דאָזיקער פֿילם איז אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ. אין אים נעמען אָנטייל די טאָכטער הילית ישורון און די אָנגעזעענסטע ליטעראַטור־פֿאָרשערס און קריטיקער: די פּראָפֿעסאָרן דן מירון, מנחם פּרי [פּערי], מיכאל גלוזמאַן און אַנדערע פֿונעם ייִנגערן דור, ווי רועי גרינוואַלד און דורי מנור (דאָרי מאַנאָר). זעלטענע אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן האָט מען אויסגעפֿאָרשט און אין סך־הכּל גיט מען אַ שטאַרק און אַרומנעמיק בילד פֿון אָט דעם אָריגינעלן פּאָעט.
נאָר דווקא ווײַל דער פֿילם איז אַזוי גוט, דערלויב איך זיך צו מאַכן עטלעכע קריטישע באַמערקונגען: ס׳איז כּמעט בכלל ניט פֿאַראַן אין אים קיין ציטאַטן פֿונעם ייִדיש־לשון אין ישורונס לידער און דערפֿאַר גיט דער פֿילם דעם אײַנדרוק אַז ער איז פּראָדוצירט געוואָרן בלויז פֿאַר ישׂראלים, און נעמט נישט אין באַטראַכט דעם נישט־ישׂראלישן פּובליקום בײַם פֿאָרשטעלן דעם פּאָעטס געשטאַלט, ווי זיי וואָלטן ניט מסוגל געווען צו קוקן אויף דעם פּאָעט פון אַן אַנדער פּערספּעקטיוו. מע לויבט אַ סך דעם פּאָעטס בונטאַרישן גײַסט, נאָר גיין אין זײַנע דרכים וויל מען נישט. אויף אַ פּאַראַדאָקסישן אופֿן איז אַזאַ שמאָלער ישׂראלדיקער קוקווינקל ענלעך צו אבֿות ישורון אַליין, ווײַל אים האָט בכלל ניט אָנגעגאנגען די רעאַקציעס פֿונעם פּובליקום. אַזוי האָט ער דאָך אַליין דערקלערט.
כ’האָב זיך שטאַרק דערפֿרייט ווען כ’האָב אַ מאָל געזען ישורונען אויף אַ ייִדישער אונטערנעמונג בײַם „בית התּפֿוצות‟. כ’האָב געקלערט ווי וויכטיק דאָס איז ווײַל עס קאָן אפֿשר פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדיש־סעקטאָר אין לאַנד. נאָר ס’איז געווען אַן אילוזיע ווײַל אָט דער וויכטיקער פּאָעט האָט ניט געהאַט די מינדסטע כּוונה צו באַטאָנען זײַן אָנגעהעריקייט צו אַ ייִדיש־רעדנדיקן קאָלעקטיוו. ייִדיש איז בײַ אים געווען בלויז אַן עפֿעקטיווער קאָמפּאָנענט פֿאַר זײַן שאַפֿונג. אין ישורון האָט ייִדיש געברענט, בעיקר ווײַל אין די יאָרן פֿאַרן חורבן האָט ער פֿון זײַן היים באַקומען בריוו, כאָטש ער האָט אויף זיי ניט געענטפֿערט.
אַ שאָד וואָס מ’האָט אינעם פֿילם בלויז געוויזן וויזועל די ייִדישע בריוו, און נישט פֿאָרגעלייענט כאָטש איינעם פֿון זיי. אַזוי וואָלטן מיר בעסער געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן זײַן שולדגעפֿיל און געשפּאָלטנקייט. די אָ געפֿילן זענען געווען טיף פֿאַרבאָרגן אין אים און אויב ס’האָט געהאַט עפּעס אַ השפּעה איז עס געווען רק אויף באַגרענעצטע אינטעלקטואַעלע, ליטעראַרישע קרײַזן.
מ’דאַרף דאָס אַלץ, חס וחלילה, ניט אויסטײַטשן ווי אַ קריטיק פֿונעם פּאָעט אַליין, נאָר גיכער צו דער באַהאַנדלונג פֿון דער טעמע דורך די ליטעראַטור־פֿאָרשערס און פֿילם־פּראָדוצענטן.
יצחק פּערלמאַן
אָט דער פֿילם, געשאַפֿן אין אַמעריקע אין 2017, הייסט אויף ענגליש Itzhak אָבער אויף העברעיִש — „פּערלמאַן‟ צוליב אַ פּשוטער סיבה: אין ישׂראל איז די ערשטע אַסאָציאַציע מיטן נאָמען יצחק — יצחק ראַבין, דער פּרעמיער־מיניסטער וואָס מע האָט דערמאָרדעט אין 1995.
לגבי די אומות העולם איז יצחק פּערלמאַן אַזוי באַרימט און באַליבט, אַז דער היימישער נאָמען יצחק איז גענוג. עס שטרײַכט אונטער די אינטימקייט מיט דעם פֿידלער וואָס געהערט צו דער פּלעיאַדע ייִדישע ווירטואָזן וואָס האָבן זיך קונה־שם געווען איבער דער גאָרער וועלט. דער פֿילם איז זייער געלונגען, ווײַל עס איז אין אים פֿאַראַן אַ פּאַסיק גלייגכגעוויכט צווישן מוזיק־טיילן פון העכסטן ניוואָ און דער טאָגטעגלעכקייט אין לעבן פֿונעם קינסטלער.
וויל דער לייענער וויסן ווי אַזוי שיידט זיך יצחק פּערלמאַנען אונטער פֿון די אַנדערע? אַמבעסטנס גייט זען דעם פֿילם, רעזשיסירט און פּראָדוצירט פֿון עליסאָן טשערניק. פּערלמאַן, אַ געבוירענער אין מזרח־אייראָפּע, האָט מיט די עלטערן עולה געווען און דאָ, אין ישׂראל, איז ער קראַנק געוואָרן מיט פּאָליאָ און דאָ האָט זיך אויך אַנטפּלעקט זײַן פֿענאָמענאַלן טאַלאַנט פֿאַר מוזיק. פּערלמאַן דערציילט ווי זײַן טאַטע, דווקא ווײַל דער זון איז אַזוי באַגאַבט געווען, האָט אים אַפֿילו מיט קלעפּ געצווּנגען צו פּראַקטיצירן די מוזיק־לעקציעס.
גאַנץ יונג קומט ער אָן קיין אַמעריקע, לערנט זיך ענגליש און לערנט זיך פֿידל מיט אַ העכט קלאַסישער פּראָפֿעסאָרין אויף אַ שיטה וואָס איז אים געווען אין גאַנצן פֿרעמד… נאָר אין דער עלטער, איז ער זיך מודה, האָט ער אַליין די פּעדאַגאָגישע שיטה זיך פֿאַראייגנט מיט זײַנע תּלמידים. פּערלמאַנס הומאָר, זײַן קעמפֿערישקייט לטובֿת די רעכט פֿון די גוף־באַגרענעצטע, זײַן דינאַמישקייט, ייִדישקייט, טיפֿע פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל און ליבשאַפֿט צו כּליזמר־מוזיק — אַלץ זעט מען אין דעם פֿילם, אַ מחייה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.