די קורצע אָבער פּראָדוקטיווע תּקופֿה פֿון מאָדערנעם ייִדישן קולטורעלן „רענעסאַנס‟, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן נאָך דער ערשטער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1905 און פּאַמעלעך געקומען צום סוף אין די 1930ער יאָרן, איז לעצטנס געװאָרן אַ פּאָפּולערע טעמע פֿאַר קינסטלערישע אױסשטעלונגען און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין אײראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל.
די גראַפֿישע און מאָלערישע װערק פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע קינסטלער װײַזן באַשײַמפּערלעך, אַז זײ געהערן צו דעם חױפּטשטראָם פֿונעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם פֿון יענער צײַט. אײניקע קינסטלער, װי מאַרק שאַגאַל און אליעזער ליסיצקי, האָבן זיך טאַקע קונה שם געװען װי קלאַסיקער פֿונעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם און אַװאַנגאַרד, בעת אַנדערע, צו מאָל ניט־װײניקער אינטערעסאַנע פֿיגורן, זײַנען פֿאַרבליבן אין הינטערגרונט.
דװקא דער דאָזיקער ייִדישער קינסטלערישער „הינטערגרונט‟ קען מען איצט זען אױף דער אױסשטעלונג אין „געטע־מוזײ‟ אין דיסלדאָרף. די עקספּאָנאַטן, אילוסטרירטע ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן, שטאַמען פֿון אַ פּריװאַטער זאַמלונג, װאָס געפֿינט זיך אינעם „װאַן-אַבע מוזײ‟ אין דער האָלענדישער שטאָט אײנדהאָװען. דאָ זײַנען סײַ באַקאַנטע מײַסטערװערק, װי למשל די בערלינער צײַטשריפֿט „מילגרױם‟, סײַ מאַסן־פּראָדוקציע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פּױלן און אַמעריקע. אין אײנעם אַנטפּלעקן זײ אַ שלל מיט פֿאַרשידנאַרטיקע קינסטלערישע סטילן און יחידישע שטײגערס, װאָס זײַנען געװען אײגנאַרטיק פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער דרוק־פּראָדוקציע.
דער קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג איז אַ בשותּפֿותדיקער אױפֿטו פֿון פּראָפֿעסאָרן און גראַדויִר־סטודענטן, װאָס שטודירן די ייִדישע קונסט און קולטור־געשיכטע. דאָס זײַנען זייער געראָטענע איבערזיכטן פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון מאָדערניזם און אַװאַנגאַרד אין דער ייִדישער קונסט, אַרײַנגערעכנט די פֿיגורן יוסף טשײַקאָװ, נתן אַלטמאַן, ישׂשׂכר בער ריבאַק און אליעזער ליסיצקי. װי עס פּאַסט פֿאַרן „געטע־מוזײ‟, װערט דער צוגאַנג פֿון די קוראַטאָרן באַװירקט דורך געטעס באַגריף פֿון װעלט־ליטעראַטור. װי עס דערמאָנט דאַריאַ װאַכרושאָװאַ אין איר איבערזיכט פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן „קונסט־פּראָיעקט‟, האָט דער גרױסער דײַטשישער דיכטער געהאַט אין זינען ניט נאָר די בשותּפֿותדיקע היסטאָרישע קולטור־ירושה, נאָר אױך אַ בשותּפֿותדיקע לעבעדיקע שעפֿערישע טעטיקײט פֿון ליטעראַטן פֿון פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע טראַדיציעס.
װאַכרושאָװאַס אָביעקטיווער איבערזיכט פֿון דער ייִדישער ביכער־גראַפֿיק נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה אין אוקראַיִנע, פּױלן און דײַטשלאַנד אַנטפּלעקט די „שפּאַנונג צװישן דעם נאַציאָנאַלן און דעם אַלװעלטלעכן אַספּעקט‟, װאָס האָט באַװירקט דעם מהות פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם. װי עס האָט געשריבן דער רוסיש־ייִדישער קונסט־קריטיקער אַבֿרהם אפֿראָס אין זײַן װיכיטקן עסײ „אַלאַדינס כּישוף־לאָמפּ‟, דאַרף די מאָדערנע ייִדישע קונסט שעפּן איר שעפֿערישע יניקה פֿון צװײ קװאַלן: דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם און דער אײגענער טראַדיציע פֿון פֿאָלקסקונסט.
לרובֿ באַטאָנען די קאַפּיטלען אינעם דיסלדאָרפֿער קאַטאַלאָג דעם ערשטן, אײראָפּעיִשן אַספּעקט פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם. די ביז גאָר װיכטיקע השפּעה פֿון ש. אַנ־סקי אױף דער מאָדערנער ייִדישער קונסט װערט באַהאַנדלט בלױז אין דעם קאַפּיטל פֿון פּאַטריציע ניונינג װעגן אַלטמאַנס באַנוצן זיך מיט מצבֿה־מאָטיװן אין זײַנע גראַפֿישע װערק. להיפּוך צו שלמה יודאָװין, האָט אַלטמאַן באַהאַנדלט מאַטעריאַלן פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציעס ניט װי אַן עטנאָגראַפֿישן מאַטעריאַל, נאָר װי אַ מקור פֿאַר זײַן אײגענער שעפֿערישקײט. אין זײַנע גראַפֿישע װערק פֿון יענער תּקופֿה האָט ער איבערגעאַנדערשט פֿיגורן און אָרנאַמענטן פֿון ייִדישע מצבֿות אױפֿן קוביסטישן סטיל, װאָס ער האָט באַהערשט אין פּאַריז. מען קאָן נאָך צוגעבן, אַז אַלטמאַנס סטיליסטישע שיטה איז װײַטער אַנטװיקלט געװאָרן אין די גראַפֿישע װערק פֿון זײַנעם אַ תּלמיד, דוד גאָבערמאַן אין לענינגראַד.
נאָך אַ װיכטיקע בראַנזשע פֿונעם ייִדישן אַװאַנגאַרד־קונסט איז געװען דער ייִדישער טעאַטער. דאָ האָבן ייִדישע קינסטלער געקאָנט מקיים זײַן זײערע דרײסטע שעפֿערישע װיזיעס אױף אַ טעאַטער־בינע פֿאַר אַ ברײטן עולם. אײנע פֿון די װיכטיקסטע פֿיגורן איז געװען דער קינסטלער באָריס אַראָנסאָן. ער איז געװען טעטיק אין קיִעװ, מאָסקװע און בערלין, אָבער באַרימט איז ער געװאָרן אין ניו־יאָרק צוליב זײַנע דעקאָראַציעס צו אַ צאָל באַקאַנטע מיוזיקלס ווי „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. אַראָנסאָן האָט צוגעפּאַסט דעם סטיל פֿונעם רוסישן קאָנסטרוקטיװיזם צו טעאַטראַלע דעקאָראַציעס. ער האָט געבױט דינאַמישע און ריטמישע געאָמעטרישע קאָמפּאָזיציעס אױף דער בינע, כּדי אױפֿצוּװעקן ספּעציעלע שטימונגען אין די צוקוקער.
אײניקע קינסטלער און דיכטער פֿון דער קיִעװער „קולטור־ליגע‟ האָבן באַגריסט די רוסישע רעװאָלוציע װי אַ נײַע מעשׂה־בראשית. יוסף טשײַקאָװ האָט געהאַלטן, אַז מען דאַרף זיך אָפּזאָגן פֿון װאָסער ניט איז אַלטער טראַדיציע אין דער ייִדישער קונסט און אָנהײבן פֿון דאָס נײַ. „טשײַקאָװ גלױבט ניט, אַז די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קונסט װאַקסט פֿון דער שמעלצונג פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסקונסט און אַװאַנגאַרד,‟ שרײַבט פּיאַ שטעקעלבאַך. זײַנע אײגענע גראַפֿישע קאָמפּאָזיציעס זײַנען אַבסטראַקט און מינימאַליסטיש, אָבער שפּעטער האָט זיך טשײַקאָװ אָפּגעזאָגט פֿונעם דאָזיקן ראַדיקאַלן סטיל און איז געװאָרן אַ דערפֿאָלגרײַכער סאָװעטישער רעאַליסטישער סקולפּטאָר, באַקאַנט צוליב זײַנע לעבעדיקע סקולפּטורן פֿון ספּאָרטסלײַט.
ניט געקוקט אױף די סטאַליניסטישע רדיפֿות און דעם אידעאָלאָגישן דרוק, איז די ירושה פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם און אַװאַנגאַרד ניט אין גאַנצן צעקװעטשט געװאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ייִדישע קינסטלער האָבן אָפּגעהיט עלעמענטן פֿונעם אײגנאַרטיקן ייִדישן סטיל. עס זעט זיך בולט אָן אין די װערק פֿון מאיר אַקסעלראָד, מאַרק עפּשטײן, הערש אינגער, תּנחום קאַפּלאַן און דוד גאָבערמאַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.