ווען אין אַ חסידישער משפּחה ווערט געבוירן אַ ייִנגל, הענגט מען איבער זײַן וויגעלע אַ צעטל, באַצירט מיט מיסטעריעזע שמות און אַ טשיקאַוון סכעמאַטישן צייכן, וואָס דערמאָנט אַ פֿויגל מיט אַ גרויס אויג — אַ גוט אויג פֿון אַ מלאך, וואָס דינט ווי אַ סגולה קעגן אַן עין־הרע.
כּדי צו באַצישן דאָס נײַ־געבוירענע עופֿעלע פֿון נישט־גוטע כּוחות, קאָן מען אַפֿילו אָנקלינגען אויף אַ געוויסן טעלעפֿאָן־נומער און באַקומען דאָס צעטל דורך אַ פֿאַקסמאַשין. מע נוצט עס אויך ווי אַ שמירה פֿאַר אַ טראָגעדיקער פֿרוי; בײַ מיזרחדיקע ייִדן פֿיגורירן אָפֿט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿון דער זעלבער סגולה ווי אַן עלעמענט פֿון פֿרויען־צירונגען. אַפֿילו בײַ וועלטלעכע ייִדן בלײַבן אַזעלכע קמיעות גענוג פֿאַרשפּרייט.
נישט לאַנג צוריק איז דערשינען אַ נײַ אַקאַדעמיש בוך אויף רוסיש, אַ דיקע מאָנאָגראַפֿיע אויף איבער 850 זײַטלעך, וווּ די דאָזיקע סגולה באַווײַזט זיך אויף דער הילע בשכנות מיט ניט־ייִדישע סימבאָלן. צווישן אַנדערע פֿאַרכאַפּנדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון סגולות און קמיעות געפֿינט זיך אינעם בוך אַ פֿראַגמענט אויף אַלט־ייִדיש — אַ מיסטישער רעצעפּט קעגן אַן עין־הרע פֿונעם ספֿר „סדר תּחינות ובקשות‟.
דער פֿאַרלאַג „אינדריק‟, וואָס האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך אין 2017, ספּעציאַליזירט זיך אין דער רוסישער און סלאַווישער געשיכטע. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער רעדאַקטאָר פֿון דער קאָלעקטיווער מאָנאָגראַפֿיע, פּראָפֿ׳ אַנדריי טאָפּאָרקאָוו, אַ פּראָמינענטער רוסלענדישער פֿאָלקלאָריסט, זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַ געוויסער רוסישער פֿאָלקס־סגולה; אין נאָווגאָראָד, די אוראַלטע הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד, האָט די קמיעה שוין צירקולירט אינעם 14טן יאָרהונדערט. די פֿאָרשונגען האָבן געוויזן, אַז די רוסישע פֿאָלק־טראַדיציע איז בלויז איין וואַריאַנט פֿון אַ ברייטער ריי קמיעות, פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט — פֿון עטיאָפּיע און עגיפּטן ביז גריכנלאַנד און פּערסיע — ווי אויך בײַ אַשכּנזישע און מיזרחדיקע ייִדן.
ד״ר מאַריאַ קאַספּינאַ, די מחברטע פֿונעם אַרטיקל וועגן דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון דער סגולה, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ווען זי האָט אָנגעהויבן פֿאָרשן די לעגענדעס וועגן לילית, האָט זי באַמערקט, אַז כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין זייער געשיכטע, מוז מען זיי פֿאַרגלײַכן מיטן גריכישן און בכלל נישט־ייִדישן מאַטעריאַל. אַ דאַנק דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט פֿון די פֿאָרשער, האָט די באַקאַנטע מיסטעריעזע סגולה באַקומען אַ חנעוודיק און אינטערעסאַנט פּנים אינעם ברייטן אַלגעמיינעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון מיסטישע וועלט־טראַדיציעס.
קאַספּינאַ איז אַ דאָצענטין פֿונעם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרישן אוניווערסיטעט, פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישע ענינים און קען ייִדיש. זי האָט דערציילט, אַז די אַלט־ייִדישע סגולה־סוזשעטן אינעם בוך האָט אַנטדעקט ד״ר קלאַודיאַ ראָזענצווײַג, אַ באַוווּסטע פֿאָרשערין פֿון מיטל־עלטערלעכן ייִדיש.
דער עיקר־חילוק צווישן אונדזער סגולה און אירע נישט־ייִדישע וואַריאַנטן באַשטייט אין דעם, וואָס אַנשטאָט די דרײַ מלאָכים, וואָס שרעקן אָפּ לילית, עין־הרע און סיטרא־אַחרא בכלל— סנוי, סנסנוי און סמנגלוף — ווערט אין דער קריסטלעכער ווערסיע דערמאָנט אַ געוויסער הייליקער מענטש, סיסיני. אין דער ליסטע פֿון קריסטלעכע קדושים איז טאַקע פֿאַראַן אַ גריכישער מאַרטירער מיט אַזאַ נאָמען, אָבער צו מיסטישע סגולות האָט ער למעשׂה נישט קיין שײַכות; מיט הונדערטער יאָר פֿריִער איז שוין געווען באַקאַנט אין פּערסיע דער מיסטישער שמירה־פּערסאָנאַזש מיטן נאָמען סעסען.
די מאָנאָגראַפֿיע ווײַזט, אַז די מיסטעריעזע סגולה־שמות סנוי און סנסוי שטאַמען לכתּחילה פֿון בבֿל, סיריע און ארץ־ישׂראל. לויט די פֿריִיִקסטע באַקאַנטע ווערסיעס פֿון דער לעגענדע, רודפֿן די דרײַ מלאָכים אַ בייזן רוח, וועלכער האָט דערהרגעט אַ קינד. כּדי זיך צו ראַטעווען, זאָגט דער שד צו מער נישט קומען אין אַן אָרט, וווּ עס ווערן דערמאָנט די נעמען פֿון די מלאָכים.
אין דער קריסטלעכער לעגענדע פֿיגורירט כּסדר די מכשפֿה אָדער שדיכע מעלעטינע, וועלכע האָט געכאַפּט צי אומגעבראַכט עמעצנס קינדער. דער „הייליקער סיסיני‟ צווינגט די שדיכע אומצוקערן די פֿאַרכאַפּטע קינדער אָדער זיי מחיה־מתים צו זײַן, בתּנאַי אַז זיי און אירע שותּפֿים וועלן קיינמאָל נישט טשעפּען אַן אָרט, וווּ סיסיני מיט זײַנע געהילפֿן ווערן דערמאָנט. דאָס שײַכות פֿון דער לעגענדע צו דער ייִדישער סגולה, אַרײַנגערעכנט די קאָנקרעטע נעמען, איז גאַנץ קלאָר.
אָפֿט מאָל גייט אין די אַלטע סגולה־ספֿרים, אויף לשון־קודש און אויף ייִדיש, די רייד וועגן דעם מזיק אַשטריבו. אַליהו הנבֿיא טרעפֿט אים אויפֿן וועג און צווינגט אים נישט צו שאַטן די ייִדישע קינדער בזכות יוסף הצדיק. דאָס וואָרט „אַשטריבו‟ איז, לויט אַלע סימנים, אַ פֿאַרקריפּטלע פֿאָרעם פֿון „אשׂטריגא‟, וואָס אין דער טײַטש אַ מכשפֿה אויף גריכיש. קאַספּינאַ און אירע קאָלעגן דערווײַזן, אַז אַזעלכע שפּרוכן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אַנדער וואַריאַנט פֿון דער באַקאַנטער פּאַפּירענער סגולה.
מיט יאָרן צוריק, האָב איך געקויפֿט אין אַ חסידיש געשעפֿט אַ נײַע אויסגאַבע פֿונעם באַקאַנטן סגולה־ספֿר „תּולדות־אָדם‟ — אַ זאַמלונג פֿון מיסטישע רעצעפּטן פֿון אליהו בעל־שם און יואל בעל־שם, לעגענדאַרע פֿאָרלויפֿער פֿונעם הייליקן בעל־שם־טובֿ. זײַענדיק באַגלייט מיט גלעצנדיקע הסכּמות פֿון חסידישע רביים, קלינגט דער ספֿר אויסטערליש ווילד פֿאַרן הײַנטיקן לייענער. צווישן אַזעלכע רעלאַטיוו נייטראַלע סגולה־אינגרעדיענטן, ווי אַ שפּין מיט דרײַ פֿליגן אָדער דאָס אַש פֿון אַ זשאַבע, שטייט דאָרטן געשריבן, אַז כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון אימפּאָטענץ, זאָל דער מאַן צעהאַקן אַ רויטן עפּל מיט אַ שווערד, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק געדינט ווי אַ מאָרד־געווער, און אויפֿעסן די פּרי צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי.
לויט „תּולדות־אָדם‟, האָט רבי יואל בעל־שם פֿון זאַמאָשטש איבערגעגעבן, אַז ווען שלמה המלך האָט געכאַפּט אַשמדאי, דעם קיניג פֿון שדים, האָט יענער אים אַנטפּלעקט אַ סוד, ווי אַזוי צו ראַטעווען אַ פֿרוי פֿון זיבן רוחות, וואָס פֿאַרשאַפֿן געוויסע מעדיצינישע פּראָבלעמען. למשל, כּדי צו סטאַביליזירן דעם ווסת, דאַרף מען אַרײַנשטעקן אויף דרײַ טעג אַ טעפּל מיט פֿאַרשיידענע אבֿרים פֿון אַ בער, אַ שטעכלער צי אַ פֿוקס — וועדליק די סימפּטאָמען — אין דער מוטערטראַכט פֿון דער פּאַציענטקע.
ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז אַפֿילו אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה האָט דעם עולם זיך באַצויגן צו אַזאַ „פֿאָלק־גינעקאָלאָגיע‟ צו ערנסט. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די דאָזיקע אויסטערלישע סעריע רעצעפּטן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַנדער ווערסיע פֿון דער זעלבער דערמאָנטער טראַדיציע. לויטן נײַעם בוך, האָבן די מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿאָלק־רפֿואות מיט ענלעכע סוזשעטן וועגן אַ געצוווּנגענעם שד צי מכשפֿה אויך צו טאָן מיטן „הייליקן סיסיני‟.
ס׳איז שוין לאַנג באַוווּסט, אַז די ייִדישע טראַדיציעס פֿון סגולות און קבלה־מעשׂיות האָבן אָפֿט אַן אינטערנאַציאָנעלן טעם. די תּימנער סגולות אַנטהאַלטן נישט די זעלבע אויסדרוקן פֿונעם קאָראַן; אינעם ספֿר רזיאל־המלאך באַווײַזן זיך די נעמען פֿון אַלט־גריכישע עבֿודה־זרות ווי מלאָכים פֿון שטערן און פּלאַנעטן. די געשיכטע פֿון וועלטפֿאָלקלאָר, אַרײַנגערעכנט די סגולות, איז בכלל פֿול מיט חידושדיקע קולטורעלע פֿאַרבידונגען.
די פּעטערבורגער קונסטקענערין אַנאַסטאַסיִאַ מעדוועדעוואַ האָט מיר מיטגעטיילט, אַז די מאָנאָגראַפֿיע האָט שטאַרק אויסגענומען. מע גרייט זיך עס שוין איבערצוזעצן אויף ענגליש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.