סעקולערע ישׂראלים מעגן בעטן ניט אַרבעטן שבת

Secular Israelis May Request Not to Work on Shabbos

דער מאַרק „מחנה יהודה‟ פֿאַרמאַכט לכּבֿוד שבת
Wikimedia
דער מאַרק „מחנה יהודה‟ פֿאַרמאַכט לכּבֿוד שבת

פֿון ייִט׳׳אַ

Published June 25, 2018.

דער כּנסת האָט לעצטנס באַשטעטיקט אַ געזעץ, וואָס זאָל דערמעגלעכן די ישׂראלדיקע אַרבעטער צו בעטן זייערע אַרבעטס־געבער זיי צו לאָזן נעמען שבת פֿרײַ, אַפֿילו אויב זיי זענען אַליין ניט פֿרום.

לויטן „געזעץ פֿון אַרבעט און רו־שעהען,‟ האָבן אַז אַלע אַרבעטער געמוזט באַווײַזן, אַז זיי זענען פֿרום כּדי צו נעמען פֿרײַ זייער רו־טאָג (שבת פֿאַר ייִדן, פֿרײַטיק פֿאַר מוסולמענער און אַזוי ווײַטער).

דער נײַער געזעץ־פּראָיעקט, פֿאָרגעלייגט דורך עליזה לביה פֿון „יש עתיד‟ און מכלוף זהור פֿון „ליכּוד,‟ איז לעצטנס באַשטעטיקט געוואָרן דורכן כּנסת. אַלע געזעץ־געבער האָבן געשטימט פֿאַרן פּלאַן.

די דעפּוטאַטן לביה און זהור האָבן דערקלערט אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס אַ סך ייִדן אין ישׂראל זענען ניט קיין גלייביקע, האָבן זיי פֿאָרט ליב צו פּראַווען אַ שבתדיקע מאָלצײַט מיט דער משפּחה און אַז דאָס געזעץ זאָל דאָס אָנערקענען ווי אַ רעכט.

די, וואָס זייער אַרבעט האָט צו טאָן מיט דער עפֿנטלעכער זיכערקייט אָדער פֿאָלקס־געזונט קענען אָבער ווײַטער ניט נעמען פֿרײַ שבת, — צי זיי זענען פֿרום, צי ניט.