מאיר שלו אין מאָסקװע

Meir Shalev In Moscow

מאיר שלו אויף דער פּראָגראַם אין מאָסקווע מיט דער איבערזעצערין מאַשאַ מיטלינאַ.
Alexandra Poljan
מאיר שלו אויף דער פּראָגראַם אין מאָסקווע מיט דער איבערזעצערין מאַשאַ מיטלינאַ.

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 26, 2018.

די אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל האָט לעצטנס פֿאַרבעטן קיין מאָסקווע מאיר שלו — אפֿשר דער אינטערעסאַנטסטער און קאָמפּליצירטסטער פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע שרײַבער.

שלו האָט פֿאַרבראַכט אין מאָסקווע צוויי טעג, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַנע לייענער אויף פֿיר פֿאַרשיידענע ערטער און פֿאָרגעשטעלט זײַן נײַ בוך, „ווילדער גאָרטן‟, וואָס איז אַנומלט אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג.

פֿון אַלע ישׂראלדיקע שרײַבער איז שלו דאָ דער פּאָפּולערסטער: אַפֿילו מענטשן, וואָס זע‎נען גאָר ווײַט פֿון העברעיִשער ליטעראַטור, קענען זײַנע ביכער, סײַ פֿאַר דערוואַקסענע סײַ פֿאַר קינדער. אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער טעאַטערס ווערט איצט אויפֿגעפֿירט אַ ספּעקטאַקל לויט זײַן ראָמאַן, „װי עטלעכע טעג‟.

איינער פֿון די סודות פֿון שלוס פּאָפּולערקייט שטעקט אין זײַנע רוסישע טעקסטן. זײַנע איבערזעצער, רפֿאל נודלמאַן און אַלאַ פֿורמאַן, וועלכע האַלטן זיך זייער נאָענט צו דעם מקור, האָבן געשאַפֿן אַ באַזונדערן סטיל. שלוס ראָמאַנען אין דער רוסישער איבערזעצונג גיבן איבער דאָס געפֿיל פֿון ארץ־ישׂראל מיט 40, 60 און 80 יאָר צוריק. מע קען זיך פֿאָרשטעלן אַפֿילו סטיליסטישע קלייניקייטן פֿון דעם, ווי די פּערסאָנאַזשן רעדן צווישן זיך אויף העברעיִש. דערפֿאַר פֿאַרכאַפּן זיי דעם לייענער פֿון די ערשטע שורות, מאַכן תּמיד אַן אַפּעטיט צו לייענען ווײַטער.

איך געדענק מײַן ערשטע פּערזענלעכע באַגעגעניש מיט נודלמאַנס און פֿורמאַנס איבערזעצונגען. דאָס איז געווען מיט אַ יאָר 15 צוריק. איך בין דעמאָלט געווען אַ סטודענטקע פֿון די ערשטע קורסן און האָב נאָך ניט געקענט לייענען העברעיִשע ליטעראַטור (און באַזונדערס שלון) אין מקור, האָב איך געלייענט די רוסישע איבערזעצונגען. ס׳איז ניט געווען קיין גרויסע אַרבעט ווײַל ניט קיין סך ווערק האָט מען שוין געהאַט איבערגעזעצט און בײַ ס׳רובֿ פֿון אַזעלכע רוסישע טעקסטן האָט זיך באַלד פֿאַרגלוסט צומאַכן דאָס בוך. אַ טייל פֿון זיי, בתוכם יענע איבערגעזעצט פֿון אַ געוויסן קאָלאָנעל פֿון דער „קאַ־גע־בע‟, וואָס האָט דעמאָלט געלערנט אין אונדזער אוניווערסיטעט העברעיִשע ליטעראַטור, האָבן געטויגט בלויז כּדי אָפּצושרעקן אַ לייענער פֿון ישׂראלדיקע שרײַבער אויף אייביק.

דערפֿאַר, אַז איך האָב גענומען אין‎ דער האַנט מאיר שלוס „עשׂו‟, האָב איך ניט געהאַט קיין גרויסע האָפֿענונגען. אָבער צומאַכן דעם ראָמאַן האָב איך שוין ניט געקענט. דער טעקסט האָט מיך באַצויבערט. שפּעטער האָב איך מיט גרויס הנאה געלייענט שלון אויך אויף העברעיִש אָבער יענץ געפֿיל, וואָס איך האָב געהאַט, לייענענדיק „עשׂו‟ אויף רוסיש — אַ געפֿיל פֿון ווערן „פֿאַרפֿלייצט‟ פֿון אַ טעקסט — געדענק איך ביז איצט.

צום באַדויערן, וועט דער „ווילדער גאָרטן‟ זײַן שלוס לעצט בוך, וואָס נודלמאַן און פֿורמאַן האָבן איבערגעזעצט. אין אָקטאָבער איז רפֿאל נודלמאַן, וואָס האָט שוין לאַנג געקרענקט אויף ראַק, ניפֿטר געוואָרן. אַלאַ פֿורמאַן, זײַן אלמנה, וואָס האָט אויך געהאַט אַן אָנקאָלאָגישן דיאַגנאָז, איז פֿרײַוויליק ניפֿטר געװאָרן דורך אייטאַנאַזיע: דאָס פּאָרפֿאָלק האָט בײַם לעבן באַשלאָסן אַוועקצוגיין פֿון דער וועלט צוזאַמען.

אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז נודלמאַן געווען אַ פֿיזיקער װאָס האָט איבערגעזעצט פֿון פּויליש די װערק פֿונעם פֿאַקטאַזיע־שרײַבער סטאַניסלאַוו לעם. פֿורמאַן איז געווען אַ מאַטעמאַטיקערין. ווען זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל, האָט זי זיך גוט אויסגעלערנט העברעיִש, געלייענט אַ סך ביכער פֿון העברעיִשע שרײַבער און איבערגעזעצט עטלעכע. דערנאָך האָט זי אַנטדעקט די ביכער פֿון מאיר שלו, וואָס איז דעמאָלט נאָך געווען גאַנץ אומבאַקאַנט. זי האָט פֿאָרגעלייגט איר מאַן אַז זײ זאָלן צוזאַמען איבערזעצן זײַנע װערק.

מיט דער צײַט האָבן נודלמאַן‎ און פֿורמאַן אַרויסגעגעבן אויף רוסיש אַלע שלוס ביכער פֿאַר דערוואַקסענע, עטלעכע ביכער פֿון עגנון — און בלויז עטלעכע ווערק פֿון אַנדערע שרײַבער. זיי האָבן געבעטן אַן עצה בײַ שלון, וואָס נאָך פֿאַר אַ ווערק מע קען אויסקלײַבן — אָבער קיין אַנדער שרײַבער איז זיי ניט גענוג געפֿעלן געוואָרן.

מאיר שלו איז בײַם פּאָרפֿאָלק געװען זײער חשובֿ. כּדי דורכצומאַכן די אייטאַנאַזיע אין אַ שווייצאַרער קליניק האָט אַלאַ פֿורמאַן געדאַרפֿט אַ מענטש, וואָס זאָל קומען און עדות זאָגן, אַז ער קען זי פּערזענלעך און אַז זי איז אין קלאָרן זינען. די דאָזיקע ראָלע האָט אויסגעפֿירט דווקא מאיר שלו. „אַחוץ אײַך, האָב איך שוין קיינעם ניט,‟ האָט זי אים געזאָגט. אַ פּאָר וואָכן נאָך איר מאַנס טויט איז פֿורמאַן אַוועק אין דער שווייץ און שוין ניט צוריקגעקומען.

שלו האָט דערציילט, אַז אַזאַ באַציִונג פֿון די איבערזעצער איז אים געווען מאָדנע. בײַ נודלמאַן און פֿורמאַן איז שלו ניט געווען בלויז אַ שרײַבער, נאָר עפּעס גרעסערס. אַ העלד, אפֿשר אַ מענטש וואָס ווייסט אַלץ, און וואָס זײַנע ווערטער זענען כּמעט תּורה מסיני. דער אמת איז, אין דער רוסישער קולטור פֿאַרנעמען שרײַבער טאַקע אַ באַזונדער אָרט. אָפֿט ציטירט מען יעווגעני יעווטושענקאָס שורות: „אַ דיכטער איז אין רוסלאַנד מער ווי אַ דיכטער.‟ פֿון איין זײַט, באַטראַכט מען אַ שרײַבער ווי אַ לערער פֿון לעבן, אַ גורו. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אַ שרײַבער ניט קיין רעכט צו זײַן אַ פּשוטער בשׂר־ודם. ס׳איז ניט אָנגענומען, למשל, זיך צו אינטערעסירן מיט דעם מחברס פּערזענלעכן לעבן; די דאָזיקע זײַט פֿון דעם מחברס ביאָגראַפֿיע איז בײַ אַ רוסישן לייענער בכלל ניט אַקטועל. דער שרײַבער איז קודם־כּל אַ טעקסט — און ערשט דערנאָכדעם — אַ מענטש.

אין ישׂראל — און בײַ שלון אויך — איז דער עסק גאַנץ אַנדערש.

מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געלערנט אַ ייִדיש־קלאַס אויפֿן זומער־קורס אין תּל־אָבֿיבֿ. די היימאַרבעט איז געווען אויסצוקלײַבן אַן אינטערעסאַנטן מענטש און צו שרײַבן זײַן ביאָגראַפֿיע. פֿון רוסישע, אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער סטודענטן האָב איך באַקומען עפּעס ענלעכס אויף דעם, וואָס מיר האָבן געלייענט אין קלאַס — אַ פֿאַרצייכענונג פֿון לעבן און דערגרייכונגען פֿון אַ מענטשן — און שוין, גאָר נישט פּערזענלעכס. אָבער די סטודענטן פֿון ישׂראל האָבן אויסגעקליבן אַ מענטשן, וואָס איז, לויט זייער מיינונג, ענלעך צו זיי, און געשריבן קודם־כּל וועגן די אייגנשאַפֿטן, וואָס זיי האָבן בשותּפֿות — בקיצור, געשריבן וועגן זיך אַליין. איינע אַ פֿרוי האָט געשריבן וועגן לאה גאָלדבערג — און איך האָב לײַכט דערקענט אַן אויטאָפּאָרטרעט. דער לעצטער זאַץ האָט מיך באזונדערס באַאײַנדרוקט: „איך מיין, אַז ווען עס זאָל זײַן מעגלעך — וואָלטן מיר, לאה גאָלדבערג און איך, געוואָרן גוטע פֿרײַנד.‟

או־וואַ — האָב איך געטראַכט. צו זײַן לאה גאָלדבערגס אַ חבֿרטע מיינט עפּעס צו דערציילן איר און זי אויסצופֿרעגן. אָבער וואָס קען מען פֿרעגן בײַ אַ נבֿיא און אַ גורו? דער שרײַבער איז דאָך קודם כּל אַ טעקסט… וואָס קען מען דען דערציילן אַ טעקסט?!

מיט אַ חודש צוריק האָט מײַן חבֿרטע סאָניאַ סקוראַטאָווסקאַיאַ, וואָס אַרבעט אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, מיר אָנגעשריבן, אַז די אַמבאַסאַדע פֿאַרבעט קיין מאָסקווע מאיר שלו, כּדי ער זאָל זיך טרעפֿן מיט זײַנע לייענער און מיט ליטעראַרישע קריטיקער, און אַז מע זאָל אָרגאַניזירן זײַן באַגעגעניש מיט די סטודענטן פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. (איך אַרבעט איצט דאָרטן). איך האָב מסכּים געווען, אַלע קאָלעגעס און סטודענטן האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט. באַזונדערס די סטודענטן, וואָס האָבן געלייענט אויף די לימודים פֿון העברעיִש שלוס ראָמאַן „די מעשׂה איז געווען אַזאַ‟.

אָבער גלײַכצײַטיק האָב איך דערפֿילט אַ גרויסע שוועריקייט. אָט וועלן מיר אָרגאַניזירן אַ באַגעגעניש. אָט וועט מאיר שלו צו אונדז קומען. אָבער װאָס קען מען פֿרעגן בײַ אַ גורו?

 וואָלט איך געווען יענע ישׂראלדיקע פֿרוי, וואָס האָט זיך פֿאָרגעשטעלט איר פֿרײַנדשאַפֿט מיט לאה גאָלדבערג, וואָלט איך שוין געוווּסט, וועגן וואָס מע קען רעדן מיט אַ לעבעדיקן שרײַבער…

די ישׂראלדיקע שרײַבער האָבן ליב, מע זאָל מיט זיי שמועסן. צוליב עפּעס אַ סיבה סטאַרען זיי זיך איבערצוצײַגן די לייענער, אַז צו שרײַבן איז ניט קיין ליטעראַרישע אַרבעט, מע קען פּשוט באַשרײַבן דאָס לעבן, ווי עס איז. זיי װײַזן אויך אַרויס אַ מאָדנעם צוגאַנג צו דער העברעיִשער ליטעראַרישער טראַדיציע. זיי האַלטן כּלומרשט, אַז זײער אַרבעט איז שווער און וויכטיק, ווײַל מע שרײַבט אויף דער שפּראַך פֿון דעם תּנ׳׳ך און גלײַכצײַטיק איז עס פּשוט, ווײַל קיין אַנדערע ביכער דאַרף מען פֿאַר דעם ניט לייענען און ניט ניצן.

דאָס איז אַ מיטאָס, וואָס קערט אונדז צוריק צו דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 19טן יאָרהונדערט. די דאָזיקע טענדענץ האָט באַשריבן דן מירון אין זײַן בוך A Traveler Disguised. ביז אין די 1880ער יאָרן פֿלעגן ייִדישע שרײַבער כּסדר בעטן בײַם לייענער מחילה, אַז זיי שרײַבן אויף ייִדיש, און זיך באַקלאָגן, ווי שווער עס איז צו שרײַבן אויף מאַמע־לשון: וואָלטן זיי געשריבן אויף העברעיִש, וואָלטן זיי ממשיך געװען די לאַנגע, רײַכע ליטעראַרישע טראַדיציע, אָבער אויף ייִדיש איז דאָך גאָר נישט געשריבן, איז פֿאַר זײ ניטאָ קיין מוסטער.

אויך די ישׂראלדיקע שרײַבער מאַכן זיך, אַז ס׳איז נישטאָ קיין מוסטער פֿאַר זײ. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדישע שרײַבערס, טענהן זיי, אַז דאָס מאַכט זייער אַרבעט דווקא לײַכטער. למשל, מיט אַ יאָר 15 צוריק איז א. ב. יהושע געקומען אין מאָסקווער אוניווערסיטעט. איינער אַ פּראָפֿעסאָר האָט אים געפֿרעגט וועגן דער פֿאַרבינדונג צווישן זײַן ראָמאַן „מר מאני‟ און פֿיליפּ ראָטס ראָמאַן Portnoy’s Complaint. יהושע האָט געענטפֿערט, אַז ער באַשרײַבט דאָס גאָלע לעבן — און פֿיליפּ ראָטן האָט ער בכלל ניט געלייענט.

מאיר שלו איז ניט נאָר אַ שרײַבער, נאָר אויך אַ ליטעראַרישער קריטיקער װאָס האָט געשריבן עטלעכע ביכער ליטעראַרישע עסייען. אַ העלפֿט פֿון זיי זענען וועגן דער ליטעראַרישער זײַט פֿונעם תּנ׳׳ך — און אין דער אַנדערער העלפֿט גייט די רייד וועגן די ווערק פֿון פֿאַרשיידענע שרײַבער, געשאַפֿענע אויף אַ שלל מיט לשונות…

שלו איז געקומען אין אונדזער אוניווערסיטעט און דערציילט די סטודענטן, ווי אַזוי ער שרײַבט, ווי ער נעמט ווערטער פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות און לשונות און שאַפֿט זײַן אייגענעם אוניקאַלן סטיל; ווי אין זײַנע קינדערביכלעך ניצט ער וואָס מער סינאָנימען, עס זאָל די עלטערן זײַן אינטערעסאַנטער פֿאָרצולייענען די ביכלעך פֿאַר זייערע קינדער, און די קינדער זאָלן זיך אויסלערנען וואָס מער ווערטער פֿון זייער מאַמע־לשון, העברעיִש.

שלו איז אויך באַקאַנט פֿאַר ניצן זעלטענע ווערטער. ער האָט דערצײלט װי ער האָט איין מאָל דערזען, ווי אַ מאָטאָציקליסט איז געפֿאַלן אויפֿן שאָסיי, איז ער צו אים צוגעפֿאָרן און געפֿרעגט, צי דער געליטענער דאַרף זײַן הילף. דער מאָטאָציקליסט האָט דערקענט שלו און געבעטן אים דערקלערן אַ העברעיִש וואָרט פֿון גריכישן אָפּשטאַם, וואָס ווערט געניצט אין איינעם פֿון זײַנע ראָמאַנען.

צו שרײַבן אַ ראָמאַן נעמט שלון אַן ערך 4 יאָר. קודם־כּל שאַפֿט ער אין זײַן קאָמפּיוטער באַזונדערע פּאַפּקעס, אין יעדער פּאַפּקע — עפּעס אַ סצענע, אַן עפּיזאָד אָדער פּשוט אַ באַשרײַבונג. ווען די צאָל פּאַפּקעס דערגרייכט 400־300, הייבט זיך אָן דאָס סאַמע אינטערעסאַנטסטע. ער פֿאַרשרײַבט די נעמען פֿון די 400־300 פֿראַגמענטן אויף קאַרטלעך און צעלײגט זײ אויף דער פּאָדלאָגע. כּדי „צונויפֿצוקלײַבן‟ דאָס בוך, נעמט ער אַ לאַנגן דינעם שטעקן — און שטופּט די קאַרטלעך. דאַן נעמט ער נאָך אַ גרויס בלאַט פּאַפּיר – און מאַכט אַ מין גראַפֿיק: וואָס איז געשען מיט יעדן העלד אין יעדן יאָר. ווען די קאָמפּאָזיציע איז קלאָר, סדרט ער אויס די פּאַפּקעס און שרײַבט די פֿאַרבינדונגען צווישן זיי.

אײן מאָל, בעתן שטופּן די קאַרטלעך, איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז די ברידער פֿון זײַן ערשטן ראָמאַן זענען ענלעך אויף יעקבֿ און עשׂו. האָט ער זיי טאַקע געמאַכט אויסזען ענלעך אויף די תּנ׳׳כישע ברידער און האָט דעם ראָמאַן אַ נאָמען געגעבן – „עשׂו‟.

כּדי צו שרײַבן דעם ראָמאַן „עשׂו‟, האָט ער לאַנג געקליבן דעם מאַטעריאַל: געלייענט ווי אַזוי מע באַקט ברויט, געגאַנגען אין בעקערײַען, געבליבן דאָרטן אויף גאַנצענע נעכט און אויסגעפֿרעגט די בעקערס. כּדי צו שרײַבן „אַ טויב און אַ ייִנגל‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן טויבן־פּאָסט, האָט ער אַפֿילו אויסגעזוכט צװײ אַלטע טויבן־ציִער: איינעם אַ פּלמחניק און איינעם אַן אַראַבער.

אָבער ווען מע האָט אים געפֿרעגט וועגן זײַנע ליטעראַרישע אָבֿות און ליטעראַרישע טעכניקן – האָט ער געזאָגט, אַז ער שרײַבט סתּם ווי עס שרײַבט זיך…

שלו האָט ליב צו רעדן וועגן די מעלות און די חסרונות פֿונעם תּנ׳׳כישן נאַראַטיוו, װי אויך תּנ׳׳כישע אַלוזיעס. ער ציטירט גערן די ערשטע שורה פֿון הערמאַן מעלווילס „מאָבי דיק‟: „רופֿט מיך ישמעאל‟. באַזונדערס האָט ער הנאה פֿון כּלערליי פּרוּוון איבערצושרײַבן די תּנ׳׳כישע סוזשעטן. דער מאָסקווער זשורנאַליסט מיכאַיִל איידלשטיין האָט געפֿרעגט שלון אין אַן אינטערוויו, וועלכער פּערסאָנאַזש פֿונעם תּנ׳׳ך איז אים פּערזענלעך צום נאָענטסטן, ווער וואָלט ער געוואָלט זײַן. האָט שלו זיך פֿאַרטראַכט און געענטפֿערט: חוה. ער וואָלט זייער געוואָלט אָפּזאָגן דעם שלאַנג, כּדי די מענטשהײט זאָל בלײַבן אין גן־עדן.

דאַכט זיך מיר, אַז אַזאַ „תּיקון־עולם‟ וואָלט אים טאַקע געלונגען.