בלעם – טאַקע אַ נבֿיא?

Balaam: A True Prophet?

בלעם מיט זײַן אייזטלע – אַ בילד פֿון רעמבראַנדט, 1626
Wikimedia
בלעם מיט זײַן אייזטלע – אַ בילד פֿון רעמבראַנדט, 1626

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 27, 2018.

בלק און בלעם, די שלעכטע פּערסאָנאַזשן, וואָס שפּילן די עיקר־ראָלע אין דער הײַנטיקער פּרשה – ווער זענען זיי געווען? ס‘איז טאַקע אינטערעסאַנט װאָס בלק, אַ בפֿירושער רשע, האָט אַפֿילו זוכה געווען, אַז יעדעס יאָר בלײַבט זײַן נאָמען געשריבן אינעם ייִדישן לוח צווישן די פּרשיות.

בעת די אויסגראָבונגען אין דייר־אַלאַ, יאָרדאַניע מיט 50 יאָר צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן אַנטדעקט אַן אויפֿשריפֿט אויף אַ שטיין, וווּ עס ווערט דערמאָנט דעם נבֿיא בלעם בן בעור. די אויפֿשריפֿט איז אָנגעשריבן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אַראַמיש, אויסגעמישט מיט לשון־כּנען — גאַנץ ענלעך צו געוויסע ייִדישע טעקסטן, וווּ לשון־תּרגום ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט לשון־קודש. לויטן אַנאַליז פֿון דער אוראַלטער געבײַדע, וווּ מע האָט געפֿונען דעם טעקסט זענען די ווערטער פֿאַרשריבן געוואָרן מיט בערך 2,800 יאָר צוריק.

פֿון דער זעלבער תּקופֿה איז פֿאַרבליבן אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנט אַרכעאָלאָגיש געפֿינס, אויך אַנטדעקט אין יאָרדאַניע מיט אַ יאָרהונדערט פֿריִער פֿאַר דער בלעם־אויפֿשריפֿט — די סטעלע [שטיינערנער מאָנומענט] פֿונעם מואבֿישן מלך מישע. אויף דער סטעלע שטייט געשריבן, אַז נאָכן ווערן אונטערטעניק צום מלכות־ישׂראל, זענען די מואָבֿים ווידער געוואָרן אומאָפּהענגיק, און האָבן באַדאַנקט פֿאַר דעם זייער אָפּגאָט כּמוש. הגם די ווערטער זענען היפּש אָפּגעקראָכן, האָבן דער פֿראַנצויזישער פֿילאָלאָג אַנדרע לעמער און אַ טייל אַנדערע פֿאָרשער זיך משער געווען, אַז אויף דער סטעלע ווערט דערמאָנט „בית־דוד‟, דוד המלכס דינאַסטיע.

אַ טייל פֿרומע ייִדן באַציִען זיך מיט אַ חשד צו אַזעלכע אַרכעאָלאָגישע חידושים ווײַל די וועלטלעכע פֿאָרשונגען פֿון דער תּנ״כישער געשיכטע האָבן אָפֿט אַ סקעפּטישן און אַפּיקורסישן טעם. ווען מע באַטראַכט געוויסע אוראַלטע אויפֿשריפֿטן און חפֿצים, באַקומט זיך אַ בילד, וואָס שטימט נישט אַלע מאָל מיט די קלאַסישע מפֿרשים פֿון תּנ״ך.

פֿון דער צווייטער זײַט, איז גאָר אינטערעסאַנט, אַז אַזעלכע לעגענדאַרע פֿיגורן ווי בלעם און דוד המלך באַווײַזן זיך אין קאָנקרעטע דאָקומענטן פֿון כּמעט 3,000 יאָר צוריק. אינעם תּנ״כישן ספֿר־מלכים ווערט דערציילט, אַז מישע [מיישאַ], דער מלך־מואָבֿ, האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן דעם מלך־ישׂראל. ווען מישע האָט געבראַכט זײַן אייגענעם זון ווי אַ קרבן פֿאַר זײַן עבֿודה־זרה, איז דער אייבערשטער ברוגז געוואָרן אויף ייִדן, ווײַל צווישן זיי זענען אויך געווען געצן־דינער. דערפֿאַר, האָט דאָס מלכות־ישׂראל געלאָזט אַזאַ פֿאַרדאָרבענעם אונטערטאַן צו רו. לויט דער סטעלע שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז מישע האָט אָפּגעהאַלטן אַ גרויסן נצחון איבער ייִדן.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אויף דער אויפֿשריפֿט פֿון דייר־אַלאַ ווערט בלעם געשילדערט ווי אַ חוזה, אַ זעער, פֿון פֿאַרשיידענע אָפּגעטער. להיפּוך, ווערט ער אין אונדזער פּרשה באַצייכנט ווי אַן עכטער נבֿיא. אין זײַן מויל האָט דער רבונו־של־עולם אַרײַנגעלייגט די ברכות, וואָס מיר דערמאָנען יעדן טאָג פֿאַרן שחרית.

די אויפֿשריפֿט אין דייר־אַלאַ, יאָרדאַניע, וווּ בלעם ווערט דערמאָנט ווי אַ נבֿיא
Wikimedia
די אויפֿשריפֿט אין דייר־אַלאַ, יאָרדאַניע, וווּ בלעם ווערט דערמאָנט ווי אַ נבֿיא

די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז ווען מיר בעטן במשך פֿון די ימים־נוראָים פֿאַרשריבן צו ווערן אינעם „ספֿר־החיים‟, מיינט עס אונדזער אייגן לעבן. די גאַנצע וועלט איז דעם באַשעפֿערס גרויס בוך. באַקומט זיך, אַז אינעם אַרכעאָלאָגישן „ספֿר־החיים‟ איז בלויז בלעם אָפּגעהיט געוואָרן צווישן אַלע נבֿיאים פֿון משה רבינוס צײַטן. אַוודאי, איז גאַנץ מעגלעך, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די אַרכעאָלאָגן געפֿינען אַ קאָנקרעטע אינפֿאָרמאַציע וועגן אַבֿרהם אָבֿינו צי משה רבינו; פֿאָרט, בלײַבט דווקא בלעם באַקאַנט זינט אַזעלכע אוראַלטע צײַטן; אַפּנים, צוליב זײַן באַזונדערער פּאָפּולאַריטעט.

לאָמיר זיך דערמאָנען דעם תּוכן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בלעם, אַ גרויסער רשע, איז פֿאָרט געווען אַ נבֿיא. פֿון דעסט וועגן, האָט ער מסכּים געווען צו שעלטן ייִדן. דער אייבערשטער האָט אים געהייסן דאָס בשום־אופֿן נישט צו טאָן. צום סוף, ווען בלעם איז געווען גרייט צו שעלטן די ייִדן, האָט דער באַשעפֿער אים געצוווּנגען צו בענטשן זיי דרײַ מאָל.

די הײַנטיקע אַרכעאָלאָגיע ווײַזט, אַז בלעם איז געווען אַ קאָנקרעטער היסטאָרישער פּערסאָנאַזש, וועלכער איז געבליבן באַרימט במשך פֿון הונדערטער יאָרן נאָך זײַן טויט. צו וועמען האָט ער זיך אָבער צוגעהערט: צום רבונו־של־עולם צי זײַנע אויסטערלישע עבֿודה־זרות?

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אינעם דאָזיקן ענין נישטאָ קיין סתּירה. עס טרעפֿט זיך, אַז אַ שרעקלעכער רשע זאָגט הונדערט פּראָצענט ריכטיקע זאַכן, און בלײַבט דערמאָנט אין דער זעלבער תּקופֿה אויף דער זעלבער מדרגה, ווי בלעם און דוד המלך. בלעם האָט געבענטשט ייִדן און געגלייבט אינעם אייבערשטן; זײַענדיק אַ רשע, האָט ער אָבער ווײַטער געדינט זײַנע עבֿודה־זרות. דוד המלך שטאַמט אָפּ פֿון בלק; אין אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן ווערט ער דערמאָנט צוזאַמען מיט די מואבֿים און בלעם. דער דאָזיקער פֿאַקט מיינט אָבער נישט, אַז בלעם און בלק זענען געווען צדיקים. בעלי־השׂגות, וויכטיקע היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן זענען זיי יאָ געווען, אָבער צדיקים – נישט. פֿון דעסט וועגן, קאָן בלעם בלײַבן אַ וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייט, פֿאַרבונדן מיט מיסטישע אָדער כּמו־מיסטישע מעשׂים.

בלעם האָט פֿאַרדינט אַ בכּבֿודיק אָרט אין עולם־הזה, אינעם קאָסמישן „ספֿר־החיים‟. זאָל אַזוי זײַן! נישט די אויבערפֿלעכלעכע ריכטיקע אידעען אָדער אַפֿילו מאָמענטן פֿון הויכע נבֿיאישע השׂגות, נאָר די אַלגעמיינע פּערזענלעכקייט איז דער שורש פֿון דער אמתער רוחניותדיקער גדולה. וואָס שייך די אַרכעאָלאָגישע חידושים, קאָנען זיי זיכער דינען ווי אַ ניצלעכער מיטל צו פֿאַרשטיין און אָפּצושאַצן ווי געהעריק אונדזער מסורה.