11: וואָס ווערט געמיינט מיט די ווערטער „פֿאָרגעפֿיל וועגן אַן אָנקומענדיקן חורבן‟, אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
דער גריכישער פֿילאָסאָף אַריסטאָטעלעס האָט שוין געהאַט געזאָגט, אַז ליטעראַטור איז מער פֿילאָסאָפֿיש ווי געשיכטע, ווײַל געשיכטע פֿאַרנעמט זיך מיט דעם וואָס איז שוין געווען, אָבער ליטעראַטור פֿאַרנעמט זיך מיט דעם וואָס קען נאָך געשען.
אין דער ייִדישער ליטעראַטור צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אַפֿילו יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און פֿאַרן חורבן, האָבן ייִדישע שרײַבער פֿאָרויסגעזאָגט דעם חורבן אָנהייבנדיק פֿון חיים נחמן ביאַליק, הלל צייטלין, אורי־צבֿי גרינבערג, יצחק קאַצענעלסאָן, אַהרן צייטלין, חיים גראַדע און אַנדערע. אין זייערע שריפֿטן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, באַקומט מען דאָס פֿאָרגעפֿיל אַז עס דערנענטערט זיך אַ קאַטאַסטראָפֿע אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע, אַן אויסראָטונג פֿון גאַנצן אייראָפּעיִשן ייִדנטום — סײַ אין דער ייִדישער פּאָעזיע און סײַ אין דער ייִדישער פּראָזע.
אַפֿילו הײַנריך הײַנע האָט אין 19טן יאָרהונדערט פֿאָרויסגעזאָגט אַז דאָס דײַטשע פֿאָלק וועט אין דער צוקונפֿט זיך אויפֿהייבן מיט אַ האַק אויף דער מענטשהייט אין אייראָפּע. און ייִדישע שרײַבער האָבן געוווּסט וועגן דער 2,500־יאָריקער גערמאַנישער מיטאָלאָגיע וואָס האָט געאַכפּערט דעם מיטאָלאָגישן גאָט זייערן, וואָטאַן, דער גאָט פֿון מלחמה צוליב מלחמה, דער אָנפֿירער פֿון דעם שבֿט „עזיר‟, וואָס האָט שטענדיק געהאַלטן מלחמה מיט אַלע וואָס געהערן נישט צו זײַן שבֿט; פֿאַרגוואַלדיקט זייערע פֿרויען, פֿאַרברענט זייערע ייִשובֿים, געראַבעוועט און חרובֿ געמאַכט זייערע שטעט.
דער שרײַבער קאַצעטניק האָט אָנגערופֿן די דײַטשן, אין זײַנע שריפֿטן וועגן חורבן, מיטן נאָמען ווואָטאַן. אויך אַהרן צייטלין האָט אַזוי געשריבן אין זײַן קאָמעדיע „די ייִדישע מלוכה אָדער ווייצמאַן דער צווייטער‟, געשריבן און געדרוקט אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די דרײַסיקער יאָרן. בעת די מלחמה־יאָרן, נאָך איידער די דײַטשן האָבן פֿאַרטיליקט די ייִדישע מאַסן, האָט דבֿ סדן אָנגעשריבן אַ ריי אַרטיקלען וועגן דער דײַטשער פֿאָלקס־ליטעראַטור, הנמר וידידו המנמנם, געדרוקט אין יאָר 1951.
12: ווער זײַנען עס די געראַטעוועטע ייִדישע שרײַבער וועלכע האָבן געשריבן נאָכן חורבן, וועגן חורבן?
ס’רובֿ שרײַבער און מחברים זײַנען אומגעקומען צוזאַמען מיט אַלע ייִדן, אָבער אייניקע פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט. מיט זיך האָבן זיי געבראַכט אויף דער פֿרײַער וועלט נישט נאָר זייערע זכרונות און איבערלעבונגען פֿון די געטאָס, נאָר אויך זייערע איבערלעבונגען אין די נאַצי־לאַגערן וווּ מע האָט זיי פֿאַרשיקט נאָך דער ליקווידאַציע פֿון די געטאָס. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיי דערפֿילט אַ פֿליכט צו דערציילן און באַשרײַבן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט בעתן חורבן.
די ליסטע פֿון די געראַטעוועטע שרײַבער און מחברים איז ביז הײַנט נישט פֿאַרפֿאַסט געוואָרן, און מיר האָבן נישט פֿאַר די אויגן אַ פֿולע רשימה פֿון זייערע נעמען, ערטער וווּ געווען בעת דער מלחמה, און די שפּראַכן אויף וועלכע זיי האָבן געשריבן.
מיר וועלן דאָ ווײַטער געבן אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון געראַטעוועטע ייִדיש־שרײַבער און זייער בײַטראָג צו דער חורבן־ליטעראַטור. דער ערשטער וואָס דאַרף דערמאָנט ווערן איז יחיאל פֿײַנער (קאַצעטניק), וועלכער האָט שוין ווי אַ פּליט אין איטאַליע גענומען שרײַבן וועגן אומקום, און נישט אויפֿגעהערט. וועגן אים און וועגן זײַנע שריפֿטן זײַנען דערשינען לעצטנס דרײַ ביכער — צוויי אויף העברעיִש און איינער אין ענגליש.
אַ צווייטער, דער באַקאַנטער לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס, מרדכי שטריגעלר, איז גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג אַוועק קיין פּאַריז און דאָרט אָפּגעלעבט אַ זיבן יאָר. אין דער תּקופֿה האָט ער פֿיבערדיק אָנגעשריבן אויף ייִדיש אַ שלל מיט ראָמאַנען און פּאָעזיע וועגן אומקום. שטריגלערס חורב־ליטעראַטור וואַרט נאָך אַלץ מע זאָל זיך באַציִען צו איר גוואַלדיקן בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור. לעצטנס איז דערשינען אַ בריוו־אויסטויש צווישן מ. שטריגעלר דעם פּליט און ה. לייוויק, אין די יאָרן 1945 — 1952 און דאָרט קען מען געפֿינען אָנהייבן פֿון אַ ביאָגראַפֿיע און אַן אַנאַליז פֿון שטריגלערס חורבן־ליטעראַטור.
דער דריטער בײַשפּיל איז אלי וויזעל, וועלכער איז באַקאַנט אין דער גאָרער וועלט ווי אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום וועלכער האָט געשריבן אויף פֿראַנצייזיש, ענגליש, העברעיִש, אָבער כּמעט קיינער ווייסט נישט אַז זײַן דעביוט ווי אַ שרײַבער איז געווען אויף ייִדיש ווי אַ פּליט אין פּאַריז אין יאָר 1947. זײַן בוך וועגן זײַנע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה, … „און די וועלט האָט געשוויגן‟ (1956), איז ביז הײַנט נישט גענוג באַקאַנט, ווײַל דער עיקר שרײַבט מען וועגן דער פֿאַרקירצטער און איבערגעאַרבעטער איבערזעצונג פֿון בוך אויף פֿראַנצייזיש און אויף ענגליש, ווי אויך אויף העברעיִש.
מע קען ווײַטער אָנגעבן נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער און מחברים — אַ לאַנגע ליסטע, און בראָש פֿון זיי אַלע — חווה ראָזענפֿאַרב פֿון לאָדזשער געטאָ, וועמענס שריפֿטן אויף ייִדיש נאָך דער מלחמה זענען הײַנט פֿון די וויכטיקסטע ביכער פֿון דער חורבן־ליטעראַטור געשאַפֿן נאָך דער מלחמה. סײַ פּאָעזיע, סײַ פּראָזע, סײַ טעאַטער, אַרײַנגערעכנט איר ראָמאַן „באָטשאַני‟ וועגן ייִדישן לעבן אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות.
חיים גראַדע, דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז אויך אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום — געלעבט אַ קורצע צײַט אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע אין ווילנע, און אַנטלופֿן קיין טיף רוסלאַנד.
13: אויף ווי פֿיל האָט די חורבן־ליטעראַטור און די אומקום־תּקופֿה משפּיע געווען אויף דער ייִדישער ליטעראַטור ביז הײַנט?
די כּסדרדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, במשך הונדערטער יאָרן איז „געשטערט‟ געוואָרן אין 20סטן יאָרהונדערט איבערן חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָבער אַפֿילו דער חורבן האָט נישט אָפּגעשטעלט דעם ווײַטערדיקן גאַנג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אמת, דער פֿינצטערער שאָטן פֿון דער חורבן־תּקופֿה ליגט נאָך ביז הײַנט אויף דער ייִדישער ליטעראַטור געשאַפֿן זינט 1945, נישט נאָר אין אייראָפּע נאָר אויף דער גאָרער וועלט (אַרײַנגערעכנט מדינת־ישׂראל). אָבער שוין אין 21סטן יאָרהונדערט קען מען באַמערקן פֿרישע שפּראָצונגען וואָס וואַקסן אַרויס פֿון טאָג־טעגלעכן הײַנטיקן ייִדישן באָדן, אַפֿילו ווען ייִדיש האָט נישט קיין אייגענע אָנערקענטע מדינה, און דווקא ווײַל ייִדיש לעבט בײַ ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט. אָט די שפּראָצונגען וואַרטן נאָך הײַנט, מע זאָל זיי באַשרײַבן, דערשאַצן, אויף וויפֿל זײ זײַנען ווערט.
14: וואָס ווייסן מיר וועגן די שריפֿטן פֿון ק. צעטניק און זײַן ראָמאַן **סאַלאַמאַנדראַ?*
ביז דעם אײכמאַן־משפּט אין ישׂראל, האָט קיינער נישט געוווּסט ווער איז ער, אָט דער מחבר וואָס שרײַבט זיך אונטער מיטן נאָמען קאַצעטניק צוזאַמען מיט אַן אוישוויץ־נומער, און ביז הײַנט איז נאָך זײַן ייִדישער ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ נישט אָפּגעדרוקט געוואָרן. עס איז דאָ אַ סבֿרה אַז אַ דײַטשע איבערזעצונג פֿון ראָמאַן וועט דערשײַנען נאָך איידער עמעצער וועט זיך פֿעדערן און אָפּדרוקן דעם ייִדישן אָריגינאַל אין ישׂראל.
די עניגמאַ „קאַצעטניק‟, בלײַבט דערווײַל אַ רעטעניש, און אַפֿילו ווען מיט יאָרן צוריק זענען געמאַכט געוואָרן פּרוּוון זיך דערוויסן וועגן אים, ווען און וואָס — ווייס די וועלט וועגן אים זייער ווייניק. ווי עס זעט אויס, איז זײַן ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ וועגן אומקום, געווען די ערשטע פֿולע פּראָזע־שאַפֿונג געשריבן פֿון אַ געראַטעוועטן שרײַבער, וועלכער איז אויך פֿאַר דער מלחמה געווען אַ ייִדישער שרײַבער. געבוירן דעם 16טן מײַ 1909 אין דעם דאָרף סטאַברוּוו לעבן סאָסנאָוויץ — ווי יחיאל פֿײַנער — איז ער שוין פֿאַר דער מלחמה געווען אַ ייִדישער שרײַבער, אַ פֿאָרשטייער פֿון די יונגע כּוחות אין „אַגודת־ישׂראל‟ אין פּוילן און אַ לערער פֿון העברעיִש און תּנך. זײַן ראָמאַן „סאַלאַמאַנדראַ‟, געדרוקט סוף 1946 אין ישׂראל אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג — באַשרײַבט צום ערשטן מאָל פֿאַר דער פֿרײַער וועלט אַן אַלגעמיין בילד פֿון דער אומקום־תּקופֿה, באַזירט אויף קאַצעטניקס אויטענטישע איבערלעבונגען אין געטאָ און אין פֿיר לאַגערן — אוישוויץ אַרײַנגערעכנט.
ווי אַ תּלמיד־חכם און אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור פֿון הרבֿ שאַפּיראַס ישיבֿה אין לובלין, ווערן ייִדישע מקורים פֿון דער גמרא אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זײַן ראָמאַן. למשל, דער נאָמען פֿון ראָמאַן: „סאַלאַמאַנדראַ‟ איז מרמז אויף דעם אַז קאַצעטניק איז געפּרוּוועט געוואָרן אין פֿײַער פֿון די קרעמאַטאָריעס אין אוישוויץ — און איז אַרויס אַ לעבעדיקער. וועגן אים און זײַן ראָמאַן, איז דערשינען אויף העברעיִש דאָס בוך סלמנדרה — מיתוס והיסטוריה בכתבי ק. צטניק, ירושלים, מפעל דב סדן והוצאת כרמל, 2009.
15: צי האָט אלי וויזעל געשריבן אויף ייִדיש, און וואָס איז זײַן בוך „… און די וועלט האָט געשוויגן‟?
אין דער צײַט ווען קאַצעטניק איז באַפֿרײַט געוואָרן אין עלטער פֿון 36 יאָר, און מרדכי שטריגלער איז אַרויס אויף דער פֿרײַ אין עלטער פֿון 27 יאָר, איז אלי וויזעל באַפֿרײַט געוואָרן פֿון בוכנוואַלד־לאַגער אין עלטער פֿון 16 יאָר. אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש אין יאָר 1928 איז געוואָרן אַ ייִדישער שרײַבער אין עלטער פֿון 19 יאָר. און פֿון דאַן אָן, האָט ער געשריבן קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש, לכל־הפּחות צוויי ראָמאַנען, און ערשט 10 יאָר שפּעטער, נאָך זײַן באַפֿרײַונג האָט ער אָנגעשריבן זײַן בוך וועגן דער חורבן־תּקופֿה „… און די וועלט האָט געשוויגן‟, אין יאָר 1956. פֿון אָנהייב פֿון זײַן שרײַבן אויף ייִדיש, איז ער אויך געוואָרן אַ זשורנאַליסט, און געדרוקט אין פּאַריזער אויסגאַבעס אויף ייִדיש, און במשך לאַנגע יאָרן — אַרטיקלען אין פֿאָרווערטס און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען. אין איינעם פֿון זײַנע פּובליציסטישע אַרטיקלען אויף ייִדיש האָט אלי וויזעל באַשטעטיקט אַז עס איז נישט פֿאַראַן קיין איין בוך וועגן דער אומקום־תּקופֿה וואָס ער האָט נישט איבערגעלייענט און וועגן זייער אַ סך פֿון זיי האָט ער געשריבן. די שווערע הונדערטער אַרטיקלען וואָס אלי וויזעל האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער פּרעסע אויף ייִדיש אין דער וועלט, זײַנען ביז הײַנט נאָך נישט צונויפֿגעקליבן געוואָרן, און אויך זײַנע ראָמאַנען און דערציילונגען אויף ייִדיש זײַנען ביז הײַנט נישט דערשינען אין בוכפֿאָרם.
עס איז דאָ אַ באַגרינדעטע סבֿרה, אַז אלי וויזעלס באַשרײַבונג פֿון זײַנע איבערלעבונגען פֿון גירוש־סיגעט, ביז אוישוויץ און בוכנוואַלד, געשריבן אויף ייִדיש, איז אַ פֿאַרקירצטע ווערסיע, און אַז דער אָריגינעלער מאַנוסקריפּט אויף ייִדיש איז אַ סך אַ גרעסערער און געפֿינט זיך אין אלי וויזעלס אַרכיוו. געשריבן האָט ער אים בעת אַ רײַזע קיין בראַזיל מיט אַ שיף, אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1950ער יאָרן. אלי וויזעלס ייִדישע כּתבֿים וואַרטן נאָך אַלץ מע זאָל זיי צונויפֿקלײַבן און אָפּדרוקן אין בוכפֿאָרם אויף ייִדיש.
16: צי מעגן מיר באַטיטלען חיים גראַדען ווי דער פֿערטער קלאַסיקער אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
פֿאַר וואָס טענה איך אַז חיים גראַדע איז דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָך מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ און שלום עליכם? ווײַל גראַדעס גאַנצער שאַפֿן איז ענג פֿאַרבונדן מיטן אומקום, אָדער בעסער פֿאָרמולירט — מיט דער ייִדישער גײַסטיקער וועלט וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן, און וועט שוין מער נישט אויפֿטויכן אויף דער פֿלאַך פֿון אונדזער לעבן. סײַ זײַן שפּראַך, סײַ זײַנע געשטאַלטן, סײַ דער ייִדישער וועלטבאַנעם, סײַ די ייִדישע און לשון־קודשדיקע מקורים אַרײַנגעפֿלאָכטן אין יעדן נייג און בייג פֿון דער באַשריבענער רעאַליטעט — זיי אַלע זײַנען אַן אוניקום אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון די לעצטע הונדערט יאָר. וועגן דעם אַלעם האָב איך פּרטימדיק געשריבן און אָפּגעדרוקט אין פֿאָרווערטס פֿון 4טן מײַ 2018. נײַע אָפּהאַנדלונגען וועגן חיים גראַדעס שאַפֿן, וועלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט דערשײַנען, און נײַע כּתבֿ־ידן זײַנע האָבן זיך לעצטנס אָפּגעפֿונען.
17: וואָס איז געשען מיט דער ייִדישער שפּראַך אין געטאָס און לאַגערן?
אין יאָר 1978 האָט פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלינגוויסטיק, שיקל פֿישמאַן פֿון ניו־יאָרק, באַשטימט אַז בײַ 2,500,000 ייִדן איז ייִדיש די מוטערשפּראַך. אַ שפּראַך וואָס לעבט בײַ מיליאָנען נאָכן חורבן און ביז הײַנט אַנטוויקלט זיך ווײַטער, און בלײַבט נישט שטיין אויף איין אָרט. נאָך מער, ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור זײַנען געוואָרן אין דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט אַ קעגנשטאַנד וואָס ווערט געלערנט אין אוניווערסיטעטן אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט.
אויך אין דער צײַט פֿון חורבן האָט די ייִדישע שפּראַך זיך געמוזט פֿאַרמעסטן מיט דער היסטאָרישער רעאַליטעט אין געטאָס און לאַגערן, און עס איז דאָרטן געבוירן געוואָרן אַ באַזונדער ייִדיש לשון כּדי צו באַשרײַבן און געבן אַ נאָמען פֿאַר מחשבֿות, געשעענישן און דערשײַנונגען — ביז דאַן נישט איבערגעלעבטע און נישט באַקאַנטע. אַ ספּעציעלע שפּראַך און אויסדרוקן זענען געשאַפֿן געוואָרן בײַ ייִדיש־ריידנדיקע אין געטאָס און לאַגערן. נאָך מער, אויך די רוצחים האָבן פֿאַרמאַסקירט זייערע אַקציעס און באַנוצט כּבֿיכול „אומשולדיקע‟ ווערטער צו פֿאַרמאַסקירן זייערע רוצחישע מעשׂים.
אַז מע לייענט מאַנוסקריפּטן געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אויף ייִדיש, ווי אויך ליטעראַטור געשאַפֿן פֿון געראַטעוועטע שרײַבער, טרעפֿט מען אָן ווערטער, טערמינען, אויסדרוקן, און באַגריסן וואָס זענען ערשט געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש — אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט. אָנהייבנדיק פֿון אַ זאַץ ווי: „אַלע גלײַך‟ אָדער אַ וואָרט ווי „מאַלינע‟, און ביז דעם באַטײַט פֿון וואָרט „קאַצעטניק‟. אַ נײַער ווערטער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך געבוירן אין די געטאָס און לאַגערן. דער חורבן־פֿאָרשער נחמן בלומענטאַל האָט במשך יאָרן צונויפֿגעקליבן אָט די ספּעציפֿישע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, און אָפּגעדרוקט צוויי וועגווײַזער — איינער אויף ייִדיש, און איינער אויף פּויליש: נחמן בלומענטאַל, „ווערטער און ווערטלעך פון דער חורבן־תּקופֿה‟, תּל־אָבֿיבֿ, י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, 1981 (אויף פּויליש: Słowa niewinne, Krakow, Centralna Zydowska Komisja Historyczna w Polsce, 1947.
ֿ18: וואָס איז מרדכי שטריגלערס צושטײַער צו דער חורבן־ליטעראַטור אויף ייִדיש?
מרדכי שטריגלער, דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס (1987 — 1998), איז געקומען קיין אַמעריקע ווי אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום. ער האָט אָפּגעלעבט זיבן יאָר אין פּאַריז נאָך דער מלחמה, און האָט איבערגעלעבט 12 נאַצי־לאַגערן. אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור, און אויך אַ ייִדיש־שרײַבער פֿון פֿאַר דער מלחמה, איז שטריגלער איינער פֿון די וויכטיקסטע ליטעראַרישע כראָניקער פֿון אומקום. געשריבן האָט ער אויף ייִדיש, אָן אויפֿהער בעת דער מלחמה, און זײַנע כּתבֿים זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען לכל־הפּחות פֿינף מאָל. אויך דערפֿאַר האָט ער זיך גלײַך נאָך דער מלחמה אָפּגעגעבן פֿיבערהאַפֿטיק צו פֿאַרשרײַבן וואָס ער האָט איבערגעלעבט. שטריגלערס בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע נאָכן חורבן, איז אפֿשר דער וויכטיקסטער אויפֿטו פֿון אַ געראַטעוועטן יונגן שרײַבער — נאָך דער מלחמה. שטריגלער איז געווען במשך צענדליקער יאָרן דער רעדאַקטאָר פֿון ליטעראַרישן זשורנאַל אין ניו־יאָרק — די צוקונפֿט. דאָרטן און אין אַנדערע צײַטונגען און זשורנאַלן האָט ער אַ סך געשריבן, אונטער פֿאַרשיידענע פּסיידאָנימען. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער אַפֿילו דערפֿירט פּאָלעמיקעס אין דער ייִדישער פּרעסע, אַרויסטרעטנדיק שאַרף קעגן אַרטיקלען וואָס ער — שטריגלער — האָט געשריבן, דיסקוטירנדיק מיט זיך אַליין און אונטערשרײַבנדיק דעם קעגנערישן אַרטיקל, מיט זײַנעם אַ פּסעוודאָנים. שטריגלער האָט באַנוצט אַרום 20 פּסעוודאָנימען.
שוין אין יאָר 1939, האָט זיך דער יונגער 21־יאָריקער שטריגלער געשניטן אויף אַ שרײַבער מיט אַ גרויסן פֿאַרנעם. דעמאָלט האָט ער שוין געהאָט אָנגעשריבן מער ווי אַכט הונדערט זײַטן פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, און אַנדערע כּתבֿים פֿון ייִדישער פּאָעזיע וואָס זײַנען פֿאַרלוירן געגאַנגען. מע וואָלט באַדאַרפֿט אַ זוך טאָן אין נח פּרילוצקיס אַרכיוו. ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז די אומקום־תּקופֿה געוואָרן דער צענטער פֿון זײַן שרײַבן. וועגן דעם זאָגן עדות די זיבן ביכער אויף ייִדיש וואָס ער האָט געשריבן וועגן חורבן, נאָך זײַן באַפֿרײַונג. זיי זײַנען אַ ביז גאָר וויכטיקע עדותשאַפֿט, רעאַליסטיש פֿאָרגעשטעלט.
19: וואָס קען געזאָגט ווערן וועגן יודל מאַרקס „גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟?
מיט יאָרן צוריק האָט מיר פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס דערציילט, אַז ווען ער פֿאַרשטייט נישט אַ פּסוק אין תּנך, קוקט ער אַרײַן אין יהואשס ייִדישער איבערזעצונג פֿון תּנך. איך טו די זעלבע. מיט יאָרן צוריק האָט יודל מאַרק מיר דערציילט אַז ווען ער פֿאַרשטייט נישט אַ וואָרט אויף ייִדיש, „פֿון וואַנען וואַקסן די פֿיס‟, קוקט ער אַרײַן אין וועבסטער ווערטערבוך פֿון דער ענגלישער שפּראַך. יודל מאַרק — דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון „גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, האָט אָנגעהויבן אָט דעם וויכטיקן פּראָיעקט, און צווישן די יאָרן 1956 — 1980 זענען אַ דאַנק אים דערשינען פֿיר בענד דערפֿון — אַלע ווערטער אָנהייבנדיק מיטן אות אַלף. יודל מאַרק איז געשטאָרבן אין יאָר 1975. זײַן אויפֿטו איז אַ סך אַ גרעסערער: אין די יאָרן וואָס ער האָט געאַרבעט אויפֿן פּראָיעקט פֿון גרויסן ווערטערבוך, האָט ער אָנגעפֿירט מיט 233 געלערנטע וועלכע האָבן צונויפֿגעקליבן פֿאַרן ווערטערבוך אַלע ווערטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿון געדרוקטע ביכער, אַלטע און נײַע, און מאַנוסקריפּטן — פֿון א ביז תּ, אַרײַנגערעכנט די אומקום־תּקופֿה.
ווען דער גאַנצער צונויפֿגעקליבענער מאַטעריאַל וועט מערצעשעם זען די ליכטיקע שײַן, וועט די ייִדישע שפּראַך באַקומען אַ תּיקון. אַפֿילו הײַנט, זײַנען די פֿיר בענדער מיטן אות אַלף אַ רײַכער צושטײַער צו דער קענטעניש פֿון דער ייִדישער שפּראַך, „די שפּראַך פֿון די קדושים‟ (ווי קאַצעטניק האָט זיך אויסגעדריקט מינדלעך פֿאַר מיר). וועגן דער חשיבֿות פֿון יודל מאַרק ווי אַ שפּראַכפֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ווי דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון דעם גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז כּדאַי איבערצולייענען דעם וויכטיקן אַרטיקל פֿון הירשע־דוד כּ״ץ, „פֿאַראייביקער פֿון ייִדיש (צום דרײַסיקסטן יאָרצײַט)‟.
איך וויל דאָ צוגעבן נאָר אַ פּאָר ווערטער צו דערקלערן פֿאַר וואָס די פֿיר בענדער נעמען אַרײַן אין זיך אַ סך מער ווי ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיטן אות אַלף: אין פֿאַרגלײַך מיט אוריאל ווײַנרײַכס „ייִדיש־ענגליש ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך‟, שאַפֿט יודל מאַרק טויזנטער „נײַע‟ ווערטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווערטער וואָס עקזיסטירן אָרגאַניש אין ייִדיש, בעת ווײַנרײַך דערקלערט אַלע פּרעפֿיקסן (קאָנווערבן) וואָס הייבן זיך אָן מיטן אות אַלף, ווי: אונטער־, אויף־, אָפּ־, און אַזוי ווײַטער, יעדן פּרעפֿיקס באַזונדער, טוט יודל מאַרק אַנדערש — ער ברענגט אַלע ווערבן פֿון דער ייִדישער שפּראַך מיט זייערע קאָנווערבן — ווי גאַנצע ווערטער אין ייִדיש: „אונטערשרײַבן‟, „אויפֿשטיין‟, „אָפּהאַקן‟, און אַזוי ווײַטער. נאָך מער: בעת ווערטערביכער דערקלערן ווערטער אויף ייִדיש, מיט אַ וואָרט אָדער ווערטער אויף אַנדערע שפּראַכן, טוט יודל מאַרק אַ גרינטלעכערע אַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר: ערשטנס, דערקלערט ער באַזונדער די פֿאַרשיידענע באַטײַטן פֿון אַ וואָרט לויט זײַן ספּעציפֿישן ניואַנס אין יעדן סעמאַנטישן באַזונדערן פֿעלד אין וועלכן ער נעמט אָנטייל. צווייטנס, ברענגט יודל מאַרק ממש ציטאַטן פֿון טעקסטן וווּ דאָס וואָרט האָט זײַן באַשטימטן באַטײַט. זינט איך באַנוץ זיך מיט יודל מאַרקס ווערטערבוך, ווען איך געפֿין נישט אַ וואָרט אין אַנדערע ווערטערביכער, בין איך איבערצײַגט אַז „דער גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ איז דער גרעסטער אויפֿטו פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור־געשיכטע.
20: 73 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה — צי וועט די ייִדישע ליטעראַטור אין דער נאָענטער צוקונפֿט אַרויף אויף נײַע וועגן?
די „אַלטע‟ וועגן אויף וועלכע די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור האָבן געשפּאַנט במשך כּמעט 750 יאָר, האָבן געפֿירט פֿון אַ ריידשפּראַך אַ טאָג־טעגלעכע, ביז אַ וועלט־ליטעראַטור וואָס ווערט הײַנט איבערגעזעצט אויף שבֿעים לשונות. אַ פֿאָלק אַ גאַנצער האָט געהאַט ייִדיש ווי זײַן לעבעדיקע שפּראַך און ליטעראַטור. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרמאָגט אַ פֿאַרשניטענער, צעזייטער און צעשפּרייטער פֿאָלק, אַ שפּראַך און אַ ליטעראַטור וואָס איז אין פֿרעמד און אַפֿילו העסלעך. דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּסיכאָלאָג קורט לעווין, האָט כאַראַקטעריזירט אָט די אָפּגעפֿרעמדקייט און אָפּגעלאָנטשעטקייט פֿון די קולטור־מקורים פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט און עס אָנגערופֿן זייער טרעפֿלעך: „אייגן־שׂינאה‟, אַ מין אייגנהאַס און ווידערווילן צו אַלץ וואָס איז ייִדיש. דער „מאָדערנער‟ מענטש פֿון ייִדישן אָפּשטאַם איז געוואָרן אַ קאָסמאָפּאָליט, אַ גלייביקער אין דער אַלגעמיינער מענטשהייט, אַ הייסער חסיד פֿון דער וויסנשאַפֿט וואָס וועט (ווען עס איז) אַנטדעקן אַלע געזעצן פֿון אוניווערס, ובא שלום על העולם כולו.
די רעליגיע פֿון ראַציאָנאַליזם האָט באַוועלטיקט דעם פֿאָלק ישׂראל. די נאַטורעלע התפּעלות פֿון אַ קינד וויז־אַ־ווי דעם וווּנדער פֿון דער וועלט איז דערוואָרגן געוואָרן. וועגן דעם האָט שוין דער גרויסער ייִדישער שרײַבער אַהרן צייטלין, פֿון חב”דישן אָפּשטאַם, שוין געזאָגט: „עס זענען פֿאַראַן דרײַ דרכים צו פֿאַרניכטן דעם קינד וואָס אין אונדז: אַבאָרטיזם, מיליטאַריזם און ראַציאָנאַליזם‟.
די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע ליטעראַטור האָבן זיך פֿון שטענדיק אָן ניט פֿאַרנומען מיט אַבאָרטיזם, ניט מיט מיליטאַריזם, און אויך ניט מיט ראַציאָנאַליזם, נאָר דווקא מיט דער קווינטעסענץ פֿון ייִדישקייט: אַרויסהויבן און פֿאַרהייליקן דאָס לעבן, סאַדלען און שטעלן אַ ווידערשטאַנד מיטן כּוח פֿון וואָרט קעגן די באַדרענגער פֿון שוואַכערע ווי זיי. די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור אַנטהאַלטן אין זיך אַן אוצר פֿון מענטשלעכע געפֿילן וואָס דינען ווי אַ קעגנגעוויכט צו נאַפּאַדן פֿון שׂכלדיקייט וואָס באַדראָען די מענטשלעכע ציוויליזאַציע און זוכן זי צו באַוועלטיקן. דערפֿילן די נאַטור, ווי מענדעלע האָט עס געטאָן, אָדער באַזינגען דאָס ייִדישע קינד ווי שלום־עליכם האָט עס באַשריבן — זיי האָבן צוריקגעגעבן דער ליטעראַטור די קוואַליטעט פֿון מענטשלעכע געפֿילן, זייער וואָג און וויכטיקייט אין לעבן. אויב די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור וועלן ווײַטער זיך אַנטוויקלען און צעבליִען, וועט עס מן־הסתּם זײַן אויפֿן געביט פֿון ייִדישער מענטשלעכקייט און באַוווּנדערונג פֿונעם לעבן אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.