נישט לאַנג צוריק האָט אַ טעלעוויזיע־קאַנאַל אין ניו־העמפּשיר דערציילט וועגן דער קליינער היימישער בעקערײַ Hidden Berry Cakes and Breads אינעם שטעטל טשעסטער. ס׳רובֿ צוקוקער ווייסן אָבער נישט, אַז דער בעל־הבית פֿון דער בעקערײַ, אַנדריי ברעדשטיין, אַ מאַן מיט אַ שטרענגן בליק און אַ לאַנגער ברייטער באָרד, איז אַ באַקאַנטער ייִדיש־פֿאָרשער.
ד״ר ברעדשטיין איז אָנגעקומען פֿון מאָסקווע קיין אַמעריקע אינעם יאָר 2002. אין רוסלאַנד האָט ער געהאַט שטודירט כינעזיש און אין 1991-1990 האָט ער ווײַטער געלערנט די שפּראַך אינעם ביידזשינער אוניווערסיטעט. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט ער זיך אָבער פּראָפֿעסיאָנעל פֿאַרנומען מיט ייִדיש. פֿאַרן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָט ער געפֿירט ייִדיש־קלאַסן און זיך באַטייליקט אין אַ ריי ייִדיש־פּראָגראַמען – פֿון מאָסקווע און ווילנע ביז פּאַריז און ניו־יאָרק.
פֿאַר דער עמיגראַציע, האָט ברעדשטיין אויך אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן אָפּטייל פֿון דער רוסלענדישער מלוכישער ביבליאָטעק אין מאָסקווע, וווּ עס געפֿינט זיך איינער פֿון די גרעסטע אוצרות פֿון ייִדישע ביכער, ספֿרים און אוניקאַלע כּתבֿ־ידן אין דער וועלט. דאָרטן ליגט אויך אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער פּריוואַטער זאַמלונג, וועלכע האָט אַמאָל געהערט צו דער משפּחה פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און האָט אַרויסגערופֿן אַ לאַנג־יאָריקן אינטערנאַציאָנאַלן סיכסוך מיטן אַמעריקאַנער חב״ד.
ברעדשטיינס איבערזעצונגען פֿון ייִדיש און זײַנע פֿאָרש־אַרטיקלען זענען דערשינען אינעם מאָסקווער זשורנאַל „די ייִדישע גאַס‟, אינעם געוועזענעם „סאָוועטיש־היימלאַנד‟, און אַ צאָל אַנדערע אויסגאַבעס — אויף רוסיש, ענגליש און ייִדיש. נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָט ברעדשטיין זיך אָנגעשלאָסן אינעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט פֿון אָסטין, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט זײַן מאַגיסטער וועגן שלום־עליכמס קאַמף קעגן דער שונד־ליטעראַטור. אינעם זעלבן אוניווערסיטעט האָט ער אויך געאַרבעט ווי אַ ייִדיש־לעקטאָר.
באַלד נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע האָט ברעדשטײן גלײַך דערזען אַז דאָס ברויט דאָ געפֿעלט אים נישט. דעמאָלט האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג נאָך געלאָזט די סטודענטן אַרבעטן אין געוויסע ערטער, האָט ער אָנגעהויבן באַקן אין אַ פּיצערײַ װוּ ער האָט זיך טאַקע בעסער אויסגעלערנט ענגליש. דערצו האָט ער דערזען אַז די בעקערישע מלאָכה געפֿעלט אים.
אינעם יאָר 2012 האָט ער פֿאַרענדיקט אין אָסטין זײַן דאָקטאָראַט וועגן אורי־ניסן גנעסין (1879-1913), אַ פּיאָנער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. ס׳רובֿ ווערק האָט גנעסין לכתּחילה אָנגעשריבן אויף העברעיִש, אָבער אַ טייל פֿון זיי האָט ער אַליין איבערגעזעצט אויף ייִדיש. גנעסין איז אויך באַקאַנט ווי אַ העברעיִשער איבערזעצער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט אַנטאָן טשעכאָווס רוסישע דערציילונגען און שאַרל באָדלערס פֿראַנצייזישע פּאָעזיע.
נאָכן פֿאַרטיידיקן דעם דאָקטאָראַט, האָט ברעדשטיין אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר און ייִדיש־ספּעציאַליסט בײַם עמאָרי־אוניווערסיטעט אין אַלטאַנטע, דזשאָרדזשיע. די אַקאַדעמישע קאַריערע איז אים אָבער ביסלעכווײַז נימאס געוואָרן. דער פֿאָרשער האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז אין 2007 האָט ער באַשלאָסן, אַז ער האָט זיך שוין גענוג גוט באַקאַנט מיט דער בעקערישער פֿאַך און װאָלט שוין געקענט עפֿענען אַן אייגן געשעפֿט. ער האָט אַפֿילו צוגעטראַכט אַ נאָמען דערפֿאַר: Hidden Berry Cakes. לכתּחילה האָט ער געבאַקן בלויז לעקעכער מיט ראָזשינקעס. דערנאָך האָט ער געשטעלט דעם טראָפּ אויף די קלאַסישע סאָוועטישע ברויט־רעצעפּטן. צו ביסלעך, האָט ער פֿאַרלאָזט די אַקאַדעמישע טעטיקייט און זיך אין גאַנצן אַרײַנגעטאָן אין בעקערײַ.
אויף אַ קורצער ווײַל האָט ער עולה געווען מיט זײַן משפּחה קיין ארץ־ישׂראל. אומצופֿרידן מיט דער קוואַליטעט פֿון דער אָרטיקער מעל, איז ער אָבער צוריקגעקומען קיין אַמעריקע.
אינעם יאָר 2016 האָט ער געפֿונען אַן אַלטן צעבראָכענעם טריילער, אַ הײַזעלע אויף רעדער. מיט דער הילף פֿון זײַן משפּחה און פֿרײַנד האָט ברעדשטיין עס פֿאַרראָכטן און פֿאַרוואַנדלט אין זײַן איצטיקער בעקערײַ. דער חידוש באַשטייט אין דעם, וואָס דער טריילער קאָן אַרומפֿאָרן און ברענגען פֿריש ברויט אין פֿאַרשיידענע ערטער.
וואָס שייך דער פֿאָרשערישער אָדער אַקאַדעמישער קאַריערע, טענהט ברעדשטיין, אַז אין דער הײַנטיקער אוניווערסיטעט־וועלט זענען פֿאַרשפּרייט צו פֿיל פֿאַרשיידענע אינטריגעס. ער פֿילט זיך באַקוועמער דווקא צווישן פּשוטע מענטשן. וואָס שייך ייִדיש, באַציט ער זיך מיט אַ שטיקל חשד צו די וועלטלעכע ייִדישיסטן, גלייבנדיק, אַז דאָס עכטע נאַטירלעכע מאַמע־לשון לעבט הײַנט דווקא בײַ די חסידים. עס קאָן זײַן, אַז די פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישיסטן קענען בעסער די שפּראַך – זאָגט ער – אָבער זייער ייִדיש קלינגט בײַ אים קינסטלעך. נישט זײַענדיק אַליין פֿרום, האָט ברעדשטיין זיך ערשט באַקענט מיט די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קהילות, ווען ער האָט געהאַנדלט מיט אַלטע ספֿרים.
ברעדשטיין האָט ליב צו שמועסן מיט זײַנע קונים. יעדן טאָג טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע געשיכטעס – צומאָל טשיקאַווע, צומאָל רירנדיקע. נאָך דער אַנומלטיקער טעלעוויזיעּ־פּראָגראַם, וועגן זײַן בעקערײַ, איז צו אים אַרײַן אַ מענטש, באַצירט מיט אַ טאַטו־צייכן אויפֿן האַלדז, מעשׂה מאָטאָציקליסט. צוזאַמען מיט אים איז געקומען אַ קראַנקער יונגערמאַן. דאָס איז געװען זײַן זון, וואָס לײַדט פֿון דאַון־סינדראָם צי אַן אַנדער ענלעכער מחלה. דער טאַטע האָט דערציילט, אַז זינט זײַן זון האָט געזען די פּראָגראַם אויף טעלעוויזיע, ווערט ער יעדעס מאָל דערקוויקט, ווען מע ווײַזט אים ווידער די קאַדערס מיט דער בעקערײַ. ווען דער חולה האָט באַזוכט ברעדשטיינס געשעפֿט, האָט ער טאַקע געפּרוּווט עפּעס זאָגן; קיינער האָט אָבער נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס ער מיינט.
ברעדשטיין אַליין איז, אַגבֿ, אויך אַ שטיקל „בײַקער‟. ער גיט איבער, אַז להיפּוך צו זײַן איבערלעבונג אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿילט ער זיך איצט טאַקע גליקלעך. אינעם שטעטל מיט בלויז 4,700 תּושבֿים, פֿאַרנעמט ער זיך מיט פֿאַרגעניגן, אַחוץ זײַן מלאָכה, מיט אַזעלכע זאַכן, ווי מאָטאָציקלען, ביקסן און סאַמאָוואַרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.