האַנאַ גרונקעוויטש וואַלץ, די בירגערמײַסטערין פֿון וואַרשע, האָט געמאָלדן אַז דער ייִדישער טעאַטער וועט באַקומען אַ נײַ אָרט – אַ הויז אויף פּלאַץ גזשיבאָווסקי. דער טעאַטער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן אַמאָליקן בנין, אויך אויפֿן גזשיבאָווסקי פּלאץ, ווײַל אַ בעלגישע פֿירמע האָט בדעה צו בויען אַ וואָלקן־קראַצער אויף זײַן אָרט.
דאָס הויז וואָס די שטאָט וואַרשע וויל שענקען דעם ייִדישן טעאַטער געפֿינט זיך אין אַ שלעכטן צושטאַנד. ס’איז נישט קיין וווּנדער. דאָס הויז איז געבויט געוואָרן אין יאָר 1899. דער בעל־הבית איז געווען מאיר וואָלאַנאָווסקי, אַ פֿאַבריקאַנט פון שרויפֿן און טשוועקעס.
די שורות לייען איך פֿאַר אײַך, ליבע צוהערער, ציזנדיק אויף דאַטשע אין אַ הײַזעלע צווישן סאָסנעס און סעדער אין פּשיסכע, וווּ איך פֿאַרברענג דעם זומער מיט דער משפּחה. וואָס האָט פּשיסכע צו טאָן מיט מאיר וואָלאַנאָווסקי און דעם נײַעם בנין פֿונעם ייִדישן טעאַטער? איז אַזוי. מאיר וואָלאַנאָווסקי איז געבוירן געוואָרן אין פּשיסכע אין יאָר 1843. אונדזערע חסידישע צוהערער איז פּשיסכע גוט באַקאַנט. א קלייניקייט! ר’ בונעם פֿון פּשיסכע איז איינער פֿון די גרינדערס פֿון חסידות. פּשיסכע איז אַ שיין שטעטל. אויב איר וועט זיך מטריח זײַן צו קומען אַהער אויף אַ באַזוך וועט איר זען די גרויסע פּרעכטיקע שול וואָס שטייט עד־היום אין מיטן שטאָט. פּשיסכע איז אַרומגערינגלט מיט בערגלעך, וועלדער און אַפֿילו אַ קליינער אָזערע. אַ מענטש וואָס איז געבוירן געוואָרן ביים ברעג ים ווי איך, מוז שווימען וויבאַלד ער זעט וואַסער. נאָר וואָס זשע? איך האָב באַלד חרטה געהאַט נאָכן שווימען ווײַל די אויגן מײַנע זענען געוואָרן רויט ווי רעטעך. די סיבה? די ערד אין פּשיסכע איז רײַך מיט אײַזן. דערפֿאַר איז דאָס וואַסער אין דער אָזערע רויטלעך און ברודיק ווי זשאַווער. פּשיסכע האָט טאַקע געלעבט פֿון איר אײַזן. מאיר וואָלאַנאָווסקיס טאַטע איז געווען א סוחר פֿון אײַזערנע בוי־מאַטעריאַלן. מאיר וואָלאַנאָווסקי האָט ממשיך געווען מיט דער אײַזערענער טראַדיציע. אין יאָר 1858 איז ער אַריבער קיין וואַרשע וווּ ער האָט געעפֿנט אַ געשעפֿט פֿון שרויפֿן און טשוואָקעס אויפֿן פּאַאַץ גזשיבאָווסקי. אין 1874 האָט ער געגרינדעט אַ פֿאַבריק פֿאַר דראָטן און טשוועקעס און אַנדערע אײַזן־פּראָדוקטן. ייִדישע מאַגנאַטן האָבן דעמאָלט פֿאַרפֿלייצט רוסלאַנד (פּוילן האָט דעמאָלט געהערט צו רוסלאַנד) מיט אײַזנבאַנען און וואָלאַנאָווסקי האָט זיי פֿאַרקויפֿט שרויפֿן און דראָטן. ער האָט פּראָדוצירט אויך די פּוילישע טעלעגראַף־דראָטן. הכּלל, ער האָט געהאַט אַ גרויסע הצלחה און צוזאַמען מיט בעלגישע פֿאַבריקאַנטן האָט ער געגרינדעט די Boulonneries et treffileries de Varsovie – די וואַרשעווער פֿאַבריק פֿון שרויפֿן און דראָטן. די פֿאַבריק האָט עקזיסטירט ביז 1939.
אַ צאָל גרויסע פּויליש־ייִדישע משפּחות זענען געבליבן אָן יורשים. זייער מאַיאָנטעק געהערט איצט דער פּוילישער מאַכט. נעמט, למשל, דעם פּאָזנאַנסקי־פּאַלאַץ וואָס איז איצט דער שטאָטישער מוזיי פֿון לאָדזש. מאיר וואָלאַנאָווסקי האָט אָבער יאָ יורשים. צוויי זײַנע אוראייניקלעך לעבן אין אויסטראַליע און די שטאָט וואַרשע וועט מסתּמא קומען צו עפּעס א פֿינאַנציעלן הסכּם מיט זיי.
הכּלל, דער ייִדישע טעאַטער וועט זיך צוריק אומקערן צו סאַמע מיטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן וואַרשע. מיר וועלן אָבער מוזן וואַרטן אַ ביסל איידער מיר וועלן זוכה זײַן צו זען די ערשטע פּיעסע אויפֿן נײַעם אָרט פֿונעם ייִדישן טעאַטער. מען דאַרף עס נאָך רעמאָנטירן און צובויען אַ בינע מיט טיפֿע קוליסן, מסתּמא דאָרט ווו ס’איז געווען דער הויף, הינטערן בנין.
ס’איז כּדאַי צו וואַרטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.