אין דער פֿאָריקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי בלק, דער קיניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם באַרימטן כּישוף־מאַכער בלעם צו פֿאַרשעלטן די ייִדן מיט אַ טויט־קללה. דער אייבערשטער האָט אָבער נישט געלאָזט בלעם דאָס טאָן. אַנשטאָט צו שעלטן, האָט בלעם דרײַ מאָל געבענטשט דאָס ייִדישע פֿאָלק.
ווען דער פּלאַן איז דורכגעפֿאַלן, האָבן בלעם און בלק צוגעטראַכט אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן אין דער ייִדישער מחנה אַ גרופּע פֿרויען פֿון מדין, כּדי צו פֿאַרפֿירן די ייִדישע מענער צו דינען אַן עבֿודה־זרה. די עצה האָט געפּועלט, און אינעם ייִדישן לאַגער האָט זיך אָנגעהויבן אַ מגפֿה. פּנחס, אַהרן הכּהנס אייניקל, האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד אַ ייִדישן מאַן מיט נאָמען זמרי, צוזאַמען מיט זײַן מואָבֿישער געליבטער, כּזרי, בעת זײ האָבן געהאַט אינטימע באַציִונגען. די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז פֿאַר זײַן קנאָות־אַקט האָט פּנחס פֿאַרדינט צו ווערן אַ כּהן. הגם אַהרנס זין זענען דעמאָלט שוין געוואָרן כּהנים און באַקומען די כּהונה בירושה, האָט דער רבונו־של־עולם געמאַכט אַ יוצא־מן־הכּלל און צוגעגעבן פּנחסן, לכתּחילה אַ פּשוטן לוי, אויך דעם כּהן־סטאַטוס.
מיט אַ וואָך צוריק האָב איך באַטאָנט אין מײַן פּרשה־אַרטיקל, אַז בלעם איז אַמאָל געווען אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, דערמאָנט אויף אַן אוראַלטן שטיין פֿון כּמעט דרײַ טויזנט יאָר צוריק. די מואָבֿים און מדינים זענען געווען קאָנקרעטע פֿעלקער, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט פֿאַרשיידענע חפֿצים אויפֿן שטח פֿון ארץ־ישׂראל. ווען אַ הײַנטצײַטיקער מענטש לייענט די הײַנטיקע פּרשה, שטעלט ער אָבער דעם טראָפּ בלויז אויפֿן טעאָרעטישן מוסר־השׂכּל פֿון דער מעשׂה.
ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַ חשובֿער ייִד אין משה רבינוס תּקופֿה איז איבערגעשלאָפֿן בפֿרהסיא מיט אַ שיסקע, און אַ צווייטער ייִד האָט דאָס פּאָרל אומגעבראַכט פֿאַר דעם מיט אַ שווערד. סוף־כּל־סוף, שטייט דאָך געשריבן אין די הלכה־ספֿרים, אַז למעשׂה טאָר מען נישט נאָכמאַכן אַזאַ מין קנאָות־טאַט. די הײַנטיקע גויים דינען נישט קיין עכטע עבֿודה־זרה און מיר זענען נישט אויף אַזאַ מדרגה, ווי פּנחס; מיר טאָרן נישט אַרויפֿצווינגען די מאָראַלישע נאָרמעס אין אונדזערע קהילות מיט אַ שווערד צי אַן אַנדער גוואַלד־מיטל. הגם מיר מעגן זיך באַקלאָגן וועגן די „מסוכּנע שיקסעס‟ , טאָר מען בשום־אופֿן נישט אָנווענדן אַזעלכע מעטאָדן אין דער הײַנטיקער פֿרײַער געזעלשאַפֿט.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז אַזוי ווי בלעם און בלק, איז פּנחס געווען אַ רעאַלער מענטש. די עצה איבערצורעדן עמעצן אָנצונעמען אַ געוויסע אידעאָלאָגיע אָדער רעליגיע דורך אינטימע אינטריגעס איז אַלט ווי די וועלט און האָט טאַקע נישט איינמאָל געפּועלט אין דער מענטשלעכער געשיכטע. למשל, ראָמאַנען און שידוכים צווישן פֿאַרשיידענע קיניגלעכע דינאַסטיעס האָבן אָפֿט געדינט ווי אַן עפֿעקטיווער פּאָליטישער מיטל צו פֿאַרזיכערן דעם שלום צווישן לענדער אָדער, פֿאַרקערט, צו פּראָוואָצירן אַ מלחמה. פּנחס האָט אויסגענוצט אַ ברוטאַלע, אָבער פֿאַרשטענדיקע מיליטערישע טאַקטיק. די מדינים האָבן געפּרוּווט ווײַזן, אַז זייער עבֿודה־זרה איז נישט שלעכט; במילא, האָט אונדזער העלד פֿיזיש אָפּגעהאַקט דעם פּלאַן מיט זײַן געווער.
פֿאָרט, שאַפֿט זיך צומאָל אַ מאָדנעם אײַנדרוק אַרום דעם עצם־ענין פֿון קנאָות. יצחק הערצאָג, וועלכער איז נאָר וואָס אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער נײַער ראָש פֿון דער „ייִדישער אַגענץ‟, האָט דעם 24סטן יולי דערקלערט אין אַן אינטערוויו, אַז ער באַטראַכט די געמישטע חתונות אין אַמעריקע ווי „אַן עכטע מגפֿה‟. אויסנוצנדיק דאָס דאָזיקע העברעיִשע וואָרט, האָט ער זיכער געמיינט די הײַנטיקע פּרשה. הגם הערצאָג ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ מעסיקער ליבעראַלער ציוניסט, האָבן אַ גאַנצע ריי אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען קריטיקירט זײַנע ווערטער ווי געפֿערלעך רעכטע.
אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס וואָרט „קנאָות‟, פֿעסט אַסאָציִיִרט מיט פּנחסן, באַנוצן אַזעלכע פֿרומע גרופּעס, ווי די סאַטמאַרער חסידים, ווי אַ זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע פֿון זייער לעבנס־שטייגער. וווינען וווינען זיי, על־פּי־רובֿ, דווקא אין אַמעריקע אָדער אייראָפּע. אַנשטאָט שרײַען געוואַלד וועגן די געמישטע חתונות, שאַפֿן זיי פֿעסטע טראַדיציאָנעלע קהילות מיט אַ סך קינדער. זיי דינען ווי אַ לעבעדיקער בײַשפּיל, אַז פּעסימיסטישע סטאַטיסטישע חשבונות פֿון וועלטלעכע אָרגאַניזאַציעס האָבן ווייניק צו טאָן מיטן רעאַלן ייִדישן לעבן, וואָס בליט אין דער הײַנטיקער וועלט, בפֿרט אין די חסידישע געגנטן. זייער קנאָות איז אָנגעצילט דווקא אויף אַזעלכע ציוניסטישע טוער, ווי הערצאָג, וואָס פֿאַרקוקן די ווירקלעכקייט אין זייער „גרויס בילד‟ פֿון דער אַלגעמיינער סטאַטיסטיק און טעאָרעטישע זאָרגן וועגן דער אַסימיליאַציע.
אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער מיט אַ גרויסן פּראָצענט געמישטע חתונות זעט מען קלאָר, אַז די מעכאַנישע סטאַטיסטיק איז צומאָל פּונקט אַזוי פֿאַרפֿירעריש, ווי כּזבי אין איר ראָמאַן מיט זמרי. אַדרבה, געמישטע פּאָרפֿעלקער, וואָס באַווײַזן זיך כּסדר אין ליובאַוויטשער שילן און אויף כּלערליי ייִדישע אונטערנעמונגען, קאָנען זײַן למעשׂה אַ סך מער ייִדישלעך, ווי פּרינציפּעלע סעקולאַריסטן אין ארץ־ישׂראל, וואָס שעמען זיך פֿון וועלכע־ניט־איז עלעמענטן פֿון דער אַלטער „גלות־ייִדישקייט‟. דאָס זעלביקע איז אמת אין אַמעריקע, וווּ ייִדישקייט ווערט באַטראַכט, גאַנץ ריכטיק, בעיקר ווי רוחניות און קולטור, איידער אַ נאַציע אינעם ביאָלאָגישן זין פֿון וואָרט.
ווי געזאָגט, קאָנען מיר יאָ פֿאַרשטיין פּנחסן. וויסנדיק דעם ספּעציפֿישן פּאָליטישן און גײַסטיקן קלימאַט פֿון זײַן תּקופֿה, האָט ער ריכטיק געטאָן. מע מוז אָבער פֿאַרשטיין, ווער ס׳שפּילט הײַנט די ראָלעס פֿון פּנחסן, און ווער – פֿון זמרי און כּזבי. דאָס פֿאַלשע קנאָות רופֿט נישט זעלטן אַרויס, חלילה, טאַקע אַ מין מגפֿה, אָפּשרעקנדיק דעם יונגן דור פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.