כאָטש נאָווגאָראָד ווערט הײַנט זעלטן אַסאָציִיִרט מיט ייִדן און ייִדישקייט (לויטן חשבון פֿונעם אָרטיקן ליובאַוויטשער שליח, הרבֿ יעקבֿ סאָמינסקי, באַטרעפֿט די קהילה הײַנט בלויז אַ 1,500 נפֿשות), איז זי אין דער רוסישער געשיכטע פֿאַרבונדן מיט דער אַזוי גערופֿענער „ייִדישער הערעזיע‟ – אַ סעקטאַנטישע באַוועגונג מיט אַ כּמו־ייִדישן טעם.
נאָווגאָראָד מיינט אויף רוסיש „די נײַע שטאָט‟. אַזאַ נאָמען האָט זי שוין געטראָגן אינעם יאָר 859, ווען זי ווערט צום ערשטן מאָל דערמאָנט אין די היסטאָרישע דאָקומענטן. די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז „די אַלטע שטאָט‟ איז געשטאַנען אינעם זעלבן שטח, באַוווינט דורך פֿאַרשיידענע שבֿטים און פֿעלקער זינט דער שטיינערנער תּקופֿה, מיט 6 טויזנט יאָר צוריק.
פֿון קדמונים אָן, איז די שטאָט געווען באַקאַנט ווי אַ וויכטיקער אינטערנאַציאָנאַלער האַנדל־צענטער. די אַרכעאָלאָגן גראָבן דאָרטן כּסדר אויס אוצרות מיט אַראַבישע און מערבֿ־אייראָפּעיִשע זילבערנע מטבעות. דער כּוזרישער מלך יוסף באַטאָנט אינעם 10טן יאָרהונדערט, אַז די צפֿונדיקע רוסישע פּראָווינצן צאָלן שטײַערן צו כאַזאַריע. מע זאָגט אַז די כּוזרישע פֿירער האָבן זיך מגייר געווען און צוגעצויגן אויף זייערע טעריטאָריעס אַ ברייטן אינטערעס צו דער ייִדישער אמונה. אויב אַזוי, איז גאַנץ מעגלעך, אַז אין נאָווגאָראָד האָבן אַ טייל מענטשן געוווּסט וועגן ייִדישקייט נאָך פֿאַרן אָננעמען די קריסטלעכע רעליגיע. ס׳זעט אויס, אַז דער ערשטער רוסיש־געבוירענער ביסקופּ לוקאַ, וועלכער האָט געבענטשט דעם נײַ־אויסגעבויטן נאָווגאָראָדער סאָפֿיע־קאַטעדראַל אין 1051, האָט טאַקע געשטאַמט פֿון ייִדן.
אַז מע רעדט פֿון אוראַלטע קלויסטערס, איז אינטערעסאַנט, אַז אין די צענטראַלע קוואַרטאַלן פֿון נאָווגאָראָד טרעפֿן זיך צענדליקער פֿון זיי ממש אויפֿן יעדן שריט, אָפֿטמאָל איינער גלײַכן נאָכן צווייטן. יעדער גרויסער עושר פֿלעגט מנדבֿ זײַן געלט פֿאַר אַן אייגענער צערקווע. אַזאַ קאָנצענטראַציע פֿון מיטל־עלטערלעכע קלויסטערס איז, דאַכט זיך, אַן אוניקאַלער פֿענאָמען.
אינעם יאָר 1136 האָבן די תּושבֿים פֿון נאָווגאָראָד און דער גרויסער אַרומיקער געגנט דערקלערט אַ פֿרײַע רעפּובליק – איינס פֿון די ערשטע דעמאָקראַטישע לענדער אין דער וועלט. הגם די נאָווגאָראָדער האָבן אַלעמאָל געשטעלט אין שפּיץ אַ פֿאָרמעלן פּרינץ, האָט ער נישט געהאַט קיין ממשותדיקע מאַכט. אַדרבה, דער עולם האָט געקאָנט אַרויסוואַרפֿן אַן אומפּאָפּולערן פֿירער און אויסקלײַבן אַ נײַעם. אַלע וויכטיקע פֿראַגעס, אַרײַנגערעכנט מלחמות און שלום־אָפּמאַכן, האָבן די אײַנוווינער באַהאַנדלט צוזאַמען, דורך אַן אָפֿענער פֿאָלק־אַסאַמבלעע אויפֿן צענטראַלן פּלאַץ פֿונעם שטאָטישן קרעמל, קעגנאיבער דעם דערמאָנטן קאַטעדראַל.
בלויז דערוואַקסענע געזונטע מענער האָבן אָבער געהאַט דאָס רעכט זיך באַטייליקן אין דער אַסאַמבלעע, ווי דער שטייגער איז געווען אין אַנדערע פֿריִיִקע דעמאָקראַטישע סיסטעמען. אַ טייל היסטאָריקער באַטראַכטן די רעפּובליק ווי אַ פֿאָרלויפֿער פֿון ליבערטאַריאַניזם, סאָציאַליזם אָדער אַנאַרכיזם. אַזוי צי אַזוי, איז דער מיטל־עלטערלעכער נאָווגאָראָד געווען איינער פֿון די סאַמע פּראָגרעסיווע און קאָסמאָפּאָליטישע שטעט אין דער וועלט.
אינעם יאָר 1470 האָט דער נײַ אויסדערוויילטער נאָווגאָראָדער פּרינץ מיכאַיִל אָלעלקאָוויטש, אַ ליטווישער אַדלמאַן, אײַנגעלאַדן אין דער שטאָט אַ געוויסן ייִד, אַ תּלמיד־חכם פֿון קיִעוו. מע איז זיך משער, אַז זײַן פֿולער נאָמען איז געווען זכריה בן אַהרן הכּהן. אַ ריי אַסטראָנאָמישע און פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים, וואָס יענער האָט איבערגעזעצט פֿון לשון־קודש אויף רוסיש, האָבן שטאַרק אויסגענומען בײַ די נאָווגאָראָדער און אַרויסגערופֿן אַ ברייטן אינטערעס סײַ צו ייִדישקייט, סײַ צו די געדאַנקען פֿון די מערבֿדיקע קריסטלעכע געלערנטע.
דער מאָסקווער צאַר איוואַן דער דריטער האָט זיך לכתּחילה אַליין פֿאַראינטערעסירט מיט דער נײַער באַוועגונג, און זײַן שנור איז געוואָרן אַ געטרײַע שטיצערין. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1478, איז דער קיניג ברוגז געוואָרן אויף דער נאָווגאָראָדער רעפּובליק און האָט זי איבערגענומען בגוואַלד. די באַוועגונג האָט זיך ווײַטער פֿאַרשפּרייט אין מאָסקווע, אָבער נישט אויף לאַנג. דער צאַר האָט באַשלאָסן, אַז ס׳איז אַ געפֿערלעכע כּפֿירה און אומגעבראַכט אויף אַכזריותדיקע אופֿנים זכריה מיט אַ צאָל זײַנע נאָכפֿאָלגער.
אין דער געשיכטע פֿון דער נאָווגאָראָדער „ייִדישער הערעזיע‟ בלײַבן אַ סך רעטענישן. אַ טייל היסטאָריקער מיינען, אַז די סעקטע האָט געהאַט ווייניק שײַכות צו ייִדן, נאָר גיכער געדינט ווי אַ נײַער תּירוץ זיך צו פֿירן אומאָפּהענגיק און נישט צו פֿאָלגן די קירך־מנהיגים. אומאָפּהענגיקע און אויפֿשטענדלערישע שטימונגען זענען שוין לאַנג געווען פֿאַרשפּרייט אין נאָווגאָראָד. למשל, אַ טייל אָרטיקע תּושבֿים האָבן געגלייבט, אַז אַנשטאָט צו גיין אין קלויסטער איז בעסער צו בעטן מחילה בײַ דער מאַמע־ערד אַליין. אין אַ גרויסער מאָס האָבן זכריהס חסידים און אַנדערע אָרטיקע סעקטעס דערמאָנט די פּראָטעסטאַנטן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין מערבֿ־אייראָפּע מיט אַ פּאָר דורות שפּעטער. פֿון דעסט וועגן, זענען אייניקע סעקטאַנטן אַנטלאָפֿן קיין ליטע און האָבן זיך דאָרטן מגייר געווען כּהלכה.
אינעם יאָר 1738 איז די רוסלענדישע רעגירונג געווויר געוואָרן, אַז אַלעקסאַנדער וואָזניצין, אַ רוסישער אַרמיי־אָפֿיציר, האָט זיך שטילערהייט מגייר געווען בעת זײַן וויזיט קיין פּוילן. האָבנדיק מורא פֿאַר אַ נײַעם גילגול פֿון דער נאָווגאָראָדער קאָנטראָווערסיע, האָט די קיניגין אַנאַ באַפֿוילן צו פֿאַרברענען אים אויף אַ שײַטער אינעם סאַמע צענטער פֿון פּעטערבורג, צוזאַמען מיטן ייִדישן דאָקטער ברוך לייבאָוו, וועלכער האָט געהאָלפֿן דעם אָפֿיציר זיך צו מלן און געבראַכט אים צו אַ בית־דין. דערצויגן ווי אַן אייראָפּעיִשע פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע פֿרוי מיט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אויסטערליש־ווילדער סאַדיסטקע, האָט די צאַרין אויסגענוצט אין דעם פֿאַל די קלאַסישע מעטאָדן פֿון דער קאַטוילישער אינקוויזיציע.
די טויטשטראָף אין רוסלאַנד איז פֿאַקטיש בטל געוואָרן אין 1754, אַחוץ זעלטענע גרויסע פּאָליטישע פֿאַרברעכנס. פּלוצעם האָט די רעגירונג אויסגעפֿונען, אַז טויזנטער פּויערים אַרום דעם לאַנד היטן אָפֿענערהייט שבת און אַ ריי אַנדערע ייִדישע מיצוות. אין די ספֿרים פֿון די בראַצלעווער חסידים ווערט דערמאָנט, אַז אין אוקראַיִנע האָבן זיך דעמאָלט באַוויזן אַ סך גרים. אַ ממשותדיקע צאָל פֿון זייערע אייניקלעך וווינען הײַנט אין ירושלים און בית־שמש. עס קאָן זײַן, אַז די אַלטע סעקטעס זענען נישט אינגאַנצן בטל געוואָרן אָנהייב דעם 16טן יאָרהונדערט, נאָר האָבן זיך געהאַלטן בסוד. וואָזניצינס אַלטע מיליטערישע משפּחה האָט טאַקע געשטאַמט פֿון דער נאָווגאָראָדער רעפּובליק.
די הײַנטיקע ייִדישע קהילה האָט זיך געשאַפֿן אין נאָווגאָראָד רעלאַטיוו שפּעט און איז באַשטאַנען פֿון פּענסיאָנירטע סאָלדאַטן און פֿאַכלײַט פֿון געוויסע פּראָפֿעסיעס, וועלכע האָבן געמעגט וווינען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. דער ערשטער שטאָטישער רבֿ, ישׂראל דודזאָן, איז אויך געווען אַ געוועזענער מיליטערמאַן. אינעם יאָר 1859 איז ער אָנגעקומען קיין נאָווגאָראָד און געעפֿנט דאָרטן די ערשטע שיל. די הײַנטיקע ליובאַוויטשער שיל האָט זיך געעפֿנט אין 2002, מיט דער הילף פֿונעם מיליאַרדער משה קאַנטאָר.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די שיל געפֿינט זיך אינעם היסטאָרישן האַנדל־צענטער, וווּ עס האָבן פּאַסירט די דערמאָנטע געשעענישן און וווּ עס האָט אַמאָל געוווינט, אַפּנים, דער לעגענדאַרער חכם זכריה. אַחוץ דעם שבתדיקן מנין, פֿירט מען אין דער שטאָט אַ ייִדישע זונטיקשול און מען האַלט תּורה־שיעורים פֿאַר מענער און פֿרויען. חב״ד אָרגאַניזירט אויך פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער און יוגנט. כּשרע סעודות קאָן מען באַשטעלן אינעם קהילה־צענטער. צו דערגרייכן די אוראַלטע פּרעכטיקע שטאָט איז זייער גרינג פֿון פּעטערבורג: מיט אַ באַן צי אַן אויטאָבוס דויערט ווייניקער ווי דרײַ שעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.