לאָמיר כאַפּן אַ שמועס וועגן השומר הצעיר אין וואַרשע.
את חטאי אני מזכיר היום – מײַנע זינד דערמאָן איך הײַנט. אַזוי ווי מײַן טאַטע איז געווען אַ וואַזשנע שישקע אין השומר הצעיר דאָ אין פּוילן, האָב איך געוואָלט ממשיך זײַן די טראַדיציע. די פּוילישע סקויטן זענען זייער קאַטויליש און פּאַסן נישט פֿאַר ייִדישע קינדער.
האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט דער השומר הצעיר צענטראַלע אין ישׂראל און זיי האָבן מסכּים געווען צו באַנײַען דעם וואַרשעווער ברענטש אָדער „קן‟ [קען], װי מע זאָגט אויף העברעיִש.
איז ווײַטער גוט? כאַפּט נישט. דאָס ערשטע יאָר איז געווען נישקשהדיק. די קינדער האָבן געהאַט צוויי פּויליש־ייִדישע מדריכות וואָס זיי האָבן זייער ליב געהאַט.
אין אַמעריקע זאָגט מען אַז אויב ס’איז נישט קאַליע דאַרף מען עס נישט פֿאַרריכטן. אין השומר הצעיר אָבער רעדט מען מסתּמא נישט קיין אַמעריקאַנער ענגליש. הכּלל, זיי האָבן אונדז געשיקט אַ ישׂראלדיקן מדריך. ער איז נישט פֿיר יאָר עלטער פֿון די קינדער אַזוי ווי די צוויי פּוילישע מדריכות זענען געװען, נאָר בערך דרײַסיק יאָר עלטער. חוץ דעם רעדט ער נישט קיין וואָרט פּויליש.
מײַן טאַטע פֿלעגט מיר ווײַזן בילדער פֿון זײַנע שומרישע עקסקורסיעס אין די טאַטרע בערג. קינדער האָבן שטאַרק ליב צו שלאָפֿן אין געצעלטן, זיצן אַרום דעם פֿײַער, באַקן קאַרטאָשקעס אין די האָלעוועשקעס און נאָך אַזעלעכע זאַכן.
דער נײַער מדריך איז אָבער ביז איצט כּמעט נישט אַרויס פֿונעם בנין פֿונעם ייִדישן צענטער. ס’איז נישט קיין וווּנדער אַז מײַנע קינדער ווילן מער נישט הערן פון השומר הצעיר.
לעצטנס האָט דער „פֿאַרבאַנד פון די ייִדן אין פּוילן‟ פֿאַרבעטן ייִדישע משפּחות אויף אַ גרויסן פּיקניק אין די אָטוואָצקער וועלדער. די קינדער פֿונעם וואַרשעווער השומר הצעיר האָבן געקאָנט רײַטן אויף פֿערד, זיך גליטשן אויף ריזיקע גליטשברעטן, בלאָזן זייפֿוואַסער און נאָך און נאָך אַטראַקציעס. אַלץ בחינם.
מען האָט אַפֿילו אויפֿגעהויבן די ישׂראלדיקע פֿאָן און געזונגען התקווה.
דער מדריך איז אָבער נישט געקומען און במילא — די קינדער אויך נישט.
די וואָך האָב איך באַקומען אַ בליצבריוו פֿון השומר הצעיר. ערשט דעמאָלט האָב איך געכאַפּט וואָס דאָ קומט פֿאָר. איידער איך גיב אײַך מיין פּירוש רש”י, וועל איך זאָגן וואָס סע שטייט געשריבן אין אָט דעם בליצבריוו: „השומר הצעיר לאַדט אײַן ייִדישע קינדער און זייערע טאַטע־מאַמעס אויף אַ ישׂראל־רײַזע. חוץ די אַלע געוויינטלעכע עקסקורסיעס וועלן זיי פּראַווען אין ישׂראל אַן אַזוי גערופֿענעם הומאַניסטישן שבת.‟
(מיר האָט זיך געדאַכט אַז דער שבת איז פֿון תּמיד אָן געווען הומאַניסטיש. בײַ השומר הצעיר הייסט הומאַניסטיש אפֿשר אַטעאיסטיש, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.)
עיקר שכחתי. די אײַנלאַדונג פֿון השומר הצעיר אַנטהאַלט אַ קליינעם דעטאַל. יעדער איינער, טאַטע, מאַמע, זון אָדער טאָכטער, איז פֿאַרבעטן צו צאָלן במחילה אַן ערך פֿיר טויזנט זלאָטעס פֿאר דער נסיעה. פֿיר טויזנט זלאָטעס זענען מער ווי די דורכשניטלעכע שׂכירות אין פּוילן.
פֿאַר וואָס דאַרפֿן אַרבעטנדיקע טאַטע־מאַמעס צאָלן אַ מאַיאָנטעק דעם השומר הצעיר ווען אַנדערע ענעלעכע פּראָגראַמען ווי די „תּגלית — געבורטרעכט‟ נסיעות, למשל, קאָסטן נישט קיין גראָשן?
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער עס זעט אויס אַז דער הײַנטיקער השומר הצעיר קוקט אויף אונדז, ייִדישע טאַטע־מאַמעס, ווי קי וואָס מען דאַרף מעלקן.
ווער ווייסט, אפֿשר דערפֿאַר האָט דער וואַרשעווער השומר הצעיר נישט אָנגענומען די אײַנלאַדונג פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ צו פֿאַרברענגען אַ זוניקן טאָג אין וואַלד. ווי עס זעט אויס האָט דער אָרטיקער השומר הצעיר שוין אַזאַ מנהג אַז פֿאַר אַקטיוויטעטן מיט קינדער מאָנט מען געלט. אָבער בײַם װאַלדשפּאַציר איז אַלץ געװען בחינם ווײַל דער פֿאַרבאַנד האָט נישט געוואָלט מאַכן קיין שום פֿאַרדינסטל אויפֿן חשבון פֿון ייִדישע טאַטע־מאַמעס. איך האַלט עס פֿאַר אַ גרויסער מעלה. אפֿשר האַלט עס דער הײַנטיקער השומר הצעיר פֿאַר אַ חסרון. אויף דעם קען מען טאַקע זאָגן: אַ חסרון — די כּלה איז צו שיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.