שטעלט אײַך פֿאָר, ליבע מענטשן, אַז מיר האָבן דערלעבט אַזעלכע ביטערע צײַטן, ווען אונדזער פּרעזידענט „דרומפּף‟ (זײַן אמתער נאָמען), וועמעס דײַטשער זיידע איז אַלײן געקומען קיין אַמעריקע ווי אַן אימיגראַנט, באַציט זיך הײַנט אַזוי שלעכט צו די נײַע אימיגראַנטן.
דאָנאַלד טראָמפּ האָט אַליין געמאָלדן אַז ער שטאַמט אָפּ פֿון שוועדן. זײַן זיידע האָט אין סיאַטל, וואַשינגטאָן געעפֿנט אַ רעסטאָראַן און אַ „הײַזל‟ (נישט פֿאַר אָנשטענדיקע פֿרויען) אונטערן נאָמען „פּודל דאָג‟, זײַן טאַטע פֿרעדעריק האָט זיך אין 1927 אָנגעשלאָסן אין דער נאַצי־פּאַרטיי, שפּעטער מאַרשירט מיט די „קו־קלאַקס קלעניקעס‟ אָנגעטאָן אין אַ ווײַסן כאַלאַט אין קווינס ניו־יאָרק, איז אַרעסטירט געוואָרן, געפֿירט אַ „ריעל־עסטייט‟ ביזנעס און נישט פֿאַרדונגען זײַן דירות צו אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אײַנוווינער.
איצט שטעלט אײַך פֿאָר אַז דער זעלביקער תּכשית דאָנאַלד טראָמפּ האָט לעצטנס פֿאַראָרדנט אָפּצורײַסן קינדער אין די וויגן פֿון זייערע מאַמעס, וועלכע זוכן אַזיל אין אונדזער גאָלדענער מדינה. ער האָט זיי פֿאַרשלאָסן אין אײַזערנע שטײַגן, אָן צו דערוויסן זיך ווער זיי זײַנען און צו וועמען זיי געהערן. ממש סקאַנדאַליעז. אין דער זעלבער צײַט האָט די גאַנצע וועלט נאָכגעהאַלטן די נײַעס װעגן דער רעטונג פֿון די קינדער אין טײַלאַנד וואָס זײַנען שטעקן געבליבן אין אַ הייל אָנגעפֿילט מיט וואַסער, בשעת זייער פֿירער האָט זיי געטרײסט, אַוועקגעגעבן זײַן לעצטן ביסן, כּדי זיי אויפֿצוהאַלטן בײַם לעבן. דאַנקען גאָט װאָס מע האָט באַװיזן אַלעמען צו ראַטעװען.
דער פֿאַרגלײַך פֿון די צװײ אינצידענטן אין אַמעריקע און טײַלאַנד איז אַ שאַנדע און אַ בושה אויפֿן אַמעריקאַנער געוויסן.
עס דערמאָנט מיך אין עפּעס וואָס איז פֿאָרגעקומען דאָ אין אַמעריקע אין 1960. ניקיטאַ כרושטשעוו, דער אַבסאָלוטער הערשער איבערן סאָוועטן פֿאַרבאַנד, איז געקומען קיין אַמעריקע כּדי בײַצוזײַן אויף דער אַלגעמיינער אַסעמבלעע אין דער יו־ען. ווען לאָרענזאָ סומורלאַנג, דער דעלעגאַט פֿון די פֿיליפּינען, האָט אויף דער טריבונע באַשולדיקט די סאָוועטישע מאַכט אין קאָנפֿיסקירן די ציווילע און פּאָליטישע רעכט פֿון זייערע בירגער, איז כרושטשעוו אַרויס פֿון די כּלים. ער איז אויפֿגעשפּרונגען ווי אַ ווילדער אָקס, אַוועקגעשטופּט דעם דעלעגאַט פֿון די פֿיליפּינען, אויסגעטאָן זײַן שוך און גענומען קנאַקן און האַקן דערמיט אין פּאָדיום.
אָבער נישט אין דעם גייט עס. דאָס מאָל, גייט עס אין דעם וואָס אַ פֿרוי מיטן נאָמען קאָראַל, אַ נײַע אימיגראַנטקע פֿון רוסלאַד, אַ לעבן געבליבענע פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע איז געקומען נאָך דער מלחמה קיין אַמעריקע, האָט דערציילט אַן ענלעכע געשיכטע צו דעם וואָס קומט די טעג פֿאָר אין אַמעריקע. ווען זי מיט איר מאַן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן צוליב דער דײַטשער אינוואַזיע, אַריבער דער רוסישער גרענעץ, האָבן די רוסן בײַ איר אַוועקגעריסן איר דרײַ־יעריק ייִנגעלע און טאַטע־מאַמע אַוועקגעשיקט אין אַ שקלאַפֿן־לאַגער אין סיביר.
נאָך דער מלחמה, האָט מען די אַריבערגעלאָפֿענע אימיגראַנטן באַפֿרײַט און דעפּאָרטירט צוריק קיין פּוילן. אויפֿן וועג האָט די אומגליקלעכע מאַמע געשריגן:
„גיט מיר צוריק מײַן קינד!!!‟
איר געשרײ איז אָבער געפֿאַלן אויף טויבע אויערן, דאָס קינד איז געבליבן אין רוסלאַנד.
דאָס פּאָרפֿאָלק איז געקומען קיין אַמעריקע אָנעם קינד.
ווען כרושטשעוו האָט נאָכן סוף פֿון דער „יו־ען‟־פֿאַרזאַמלונג געהאַלטן בײַם אָפּפֿליִען צוריק קיין רוסלאַנד, האָט זיך די אומגליקלעכע מאַמע אַדורכגעריסן דורך דער וואַך און אים געכאַפּט בשעת ער האָט געמאַכט דעם ערשטן טראָט אויפֿן וועג צום עראָפּלאַן. זי האָט אים אָנגעכאַפּט בײַ די נאָגאָוויצעס און ספּאַזמירט:
„גיב מיר צוריק מײַן קינד, איר האָט אים פֿאַרכאַפּט ווען מיר זײַנען אַריבער די פּויליש־רוסישע גרענעץ, ער הייסט יורי קאָראַל, גיב מיר צוריק מײַן קינד!‟
פֿאַרשטייט זיך, אַז ביידע זײַנען געווען אַרומגערינגלט מיט צײַטונגס־לײַט, רעפּאָרטערס, טעלעוויזיע־קאַמעראַס, אַזוי אַז כרושטשעוו האָט זיך נישט געקענט אַרויסדרייען דערפֿון. און אַזוי ווי ער איז צוריקגעקומען קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער באַפֿוילן צו געפֿינען דאָס קינד.
מען האָט געזוכט אומעטום ביז זיי האָבן אים דערשנאַפּט, אָנגעטאָן אים אין אַ מענטשלעכן אַנצוג און אים אָפּגעשיקט קיין אַמעריקע. און דאָ הייבט זיך ערשט אָן די אמתע טראַגעדיע. יורי האָט פּלוצעם אויסגעפֿונען אַז ער האָט עלטערן מיט אַ שוועסטערל, אַז ער איז אַ ייִדיש קינד. ער איז שוין דעמאָלט געווען אַ בחור, וועלכער האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס מיט אים איז פּלוצעם פֿאָרגעקומען. דער יונגער בחור האָט איבערגעלעבט אַ שרעקלעכע טראַגעדיע, אַ נײַ לאַנד, אַ נײַע משפּחה, אַ נײַע שפּראַך און קולטור, ס’איז אים געווען ביטער און פֿינצטער. ער איז אַרײַן אין אַ שווערער דעפּרעסיע, ער האָט די עלטערן געסטראַשעט מיט זעלבסטמאָרד אויב זיי וועלן אים נישט צוריקשיקן קיין רוסלאַנד. יורי איז שיעור נישט אַראָפּ פֿון זינען.
אַ מזל װאָס זײַן געשיכטע איז אָנגעקומען צו מײַן מאַן מענדל, וועלכער האָט צו יענער צײַט געהאַט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערס. מ’האָט געברענגט דעם יונגן יורי צו מענדלען ער זאָל אים אויסלערנען די חכמה פֿון קאָמפּיוטערס, וואָס האָט אים ממש פֿאַרכאַפּט. מענדל האָט אים געשיקט זיך אויסלערנען די מלאכה און געראַטעוועט אַ ייִדיש קינד פֿון אונטערגאַנג.
יורי האָט מיט דער צײַט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל, געוואָרן אַ משפּחה־מענטש, זיך אַוועקגעצויגן וווינען אין סאַן־דיעגאַ, קאַליפֿאָרניע און אויפֿגעשטעלט אַ קאָמפּיוטער־געשעפֿט.
ווען מײַן מענדל האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן איז יורי, מיט זײַן פֿרוי, שנעל געקומען צו פֿליִען צו אונדז קיין ניו־יאָרק, אים צו באַדאַנקען פֿאַר ראַטעווען אים און צוריקברענגען אים צום לעבן.
די אונטערשטע שורה, די קינדער וואָס מ׳האָט דאָ לעצטנס אָפּגעריסן פֿון טאַטע־מאַמע, ווער ווייסט וואָס פֿאַר אַ גײַסטיקע און פֿיזישע וווּנדן עס וועלן זיך בײַ זיי נאָך אַנטוויקלען. ס’איז אַ גואל נפֿש און אַן אוממענטשלעך פֿאַרברעכן וואָס אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט זיך דערלויבט ברוטאַל צו נעמען אַ דרײַ־יעריק קינד און אים אַוועקזעצן אַנטקעגן אַ ריכטער אין אַ געריכט, ווו דער ריכטער האָט גענומען שטעלן בײַם קינד אַלערליי קלאָץ־קשיות. אַזוי איזדיעקעוועט מען זיך בײַ אונדז אין גאָלדענעם אַמעריקע.
וואָס אַן אמת זײַנען מיר אויך געקומען ווי אימיגראַנטן קיין אַמעריקע, ווען איך בין געווען אַ יונג מיידעלע. מ׳האָט אונדז אויפֿגענומען מיט גרויס דרך־ארץ און פֿאַרשטענדעניש, און מיר האָבן געשאָנקען אַמעריקע אונדזער באַגײַסטערונג, מי און קענטשאַפֿט.
איך וויל ענדיקן מיט דעם וואָס מײַן מאַן מענדל, וועלכע איז צו 14 יאָר פֿאַרשלעפּט געוואָרן פֿון די דײַטשן קײַן אוישוויץ, צוזאַמען מיט טאַטע־מאַמע און פֿיר שוועסטער און אַ 12־יעריק ברודערל, בנימעלע, דאָ האָט זיך מענדל פֿאַרליבט אין אַמעריקע, איר פֿרײַהײַט און דעמאָקראַטיע, אויף אַזוי פֿיל אַז ער האָט זיך פֿרײַוויליק אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, ווען ס׳האָט געבושעוועט די מלחמה אין קאָרעע, בשעת אונדזער איצטיקער פּרעזידענט האָט זיך אַרויסגעגליטשט פֿון דינען אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, און געלעבט אַ גוטן טאָג.
די געשיכטע זאָגט עדות אַז די רוסן, די דײַטשן און די צפֿון־קאָרעער זײַנען פֿעיִק זיך נוקם צו זײַן אין קינדער, בשעת זיי שלײַדערן אַרײַן די קליינוואַרג אין יתומים־הײַזער, „פֿאָסטער־היימען‟ און … אין אויוונס. מײַן אָנזאָג מענטשן, שלאָפֿט נישט רויִק, שטימט אין די וואַלן און ראַטעוועט אונדזער אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.