אין יעדן לאַנד האָט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן חורבן אײגענע אַספּעקטן. ליטע איז דאָ אײנער פֿון די סאַמע פּראָבלעמאַטישע פֿאַלן. פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן אין דער ליטװישער רעפּובליק געװױנט העכער װי צװײ הונדערט טױזנט ייִדן, װאָס האָט באַטראָפֿן כּמעט צען פּראָצענט פֿון דער אַלגעמײנער באַפֿעלקערונג. בערך 95 פּראָצענט פֿון ליטװישע ייִדן זײַנען אומגעקומען, מערסטן טײל דערמאָרדעט געװאָרן דורך זײערע שכנים ליטװינער. בײַ דער הײַנטיקער ליטװישער געזעלשאַפֿט איז דאָס אַ ביטערער פֿאַקט צו פֿאַרדײען, בפֿרט אַז אײניקע פֿון די מערדער האַלט מען איצט פֿאַר די העלדן, װאָס האָבן נאָך דער מלחמה געקעמפֿט קעגן דער סאָװעטישער אָקופּאַציע.
אַ היפּשער סקאַנדאַל האָט אױסגעבראָכן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך „די אײגענע: אַ רײַזע מיט אַ שׂונא‟ פֿון דער ליטװישער זשורנאַליסטקע רוטאַ װאַנאַגײַטע און דעם ישׂראלדיקן דירעקטאָר פֿונעם שמעון־װיזענטאַל צענטער, אפֿרים זוראָף. דאָס בוך, וואָס איז לכתּחילה אַרויס אויף ליטוויש, האָט מען שפּעטער איבערגעזעצט אויף רוסיש און העברעיִש. אינעם בוך דערצײלט מען װי אַזױ די ליטװינער האָבן, במשך פֿון די ערשטע חדשים פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין זומער און האַרבסט פֿון 1941, סיסטעמאַטיש דערהרגעט זײערע ייִדישע שכנים. װאַנאַגײַטע באַטאָנט, אַז זי באַנוצט זיך בלױז מיט ליטװישע מקורים, אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן און היסטאָרישע פֿאָרשונגען װאָס זײַנען צוטריטלעך אױף דער ליטװישער שפּראַך. אַזױ אַרום, טענהט זי, האָט איר בוך ניט קײן גרױסע היסטאָרישע חידושים. די פֿאַקטן זײַנען באַקאַנט אָבער די ליטװישער געזעלשאַפֿט װיל װעגן זײ ניט װיסן.
„די אײגענע‟ איז אָנגעשריבן אין אַ פּראָװאָקאַטאָרישן סטיל. װאַנאַגײַטע דערקלערט, אַז ביז לעצטנס האָט זי אַלײן כּמעט גאָר ניט געװוּסט װעגן דעם חורבן אין ליטע. אַ ליטװישע פֿרױ פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט זי ניט געהאַט קײן שײַכות מיט ייִדן. אָבער װען זי האָט זיך אָנגעשטױסן אױף געװיסע פֿאַקטן פֿון איר אײגענער משפּחה־געשיכטע, האָט זי גענומען אױספֿאָרשן, װאָס האָבן געטאָן אירע באָבע-זײדעס בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. בהדרגה האָט זי זיך אױסגעמאָלט אַ בילד פֿון דעם נאַציסטישן אָקופּאַציע־רעזשים און פֿאַרשטאַנען, אַז אַ היפּשע צאָל ליטיװנער האָבן זיך פֿרײַװיליק באַטײליקט אין ספּעציעלע פּאָליצײיִשע אָטריאַדן, װאָסער ציל איז געװען צו דערשיסן ייִדן. די דײַטשן זײַנען געשטאַנען דערבײַ און פֿאָטאָגראַפֿירט.
אין דער ליטװישער געזעלשאַפֿט איז הײַנט פּאָפּולער די היסטאָרישע קאָנצעפּציע פֿון אַ „טאָפּלטן גענאָציד‟, דעם קאָמוניסטישן און דעם נאַציסטישן. בײדע טאָטאַליטאַרישע רעזשימען האָבן בדעה געהאַט צו דערשטיקן די פֿרײַע ליטע. די סאָװעטן האָבן אָקופּירט ליטע אין 1940 און האָבן גענומען „אױסרײניקן‟ ליטװישע נאַציאָנאַליסטן, די בורזשואַזיע און די אינטעליגענץ. מיט אַ יאָר שפּעטער זײַנען געקומען די דײַטשן און אױסגעהרגעט ייִדן, און װען די סאָװעטן האָבן זיך אומגעקערט אין 1944, האָבן זײ זיך װידער גענומען פֿאַר דערשטיקן דעם קאַמף פֿאַר אומאָפּהענגיקײט. אַזױ אַרום באַקומט זיך, לױט דער דאָזיקער קאָנצעפּציע, אַז סײַ ייִדן סײַ ליטװינער זײַנען געװען קרבנות, בעת די רשעים זײַנען געװען די רוסישע און די דײַשטישע אָקופּאַנטן. מען איז גרײט צו אָנערקענען, אַז אַ געװיסע צאָל ייִדן און ליטװינער האָבן יאָ מיטגעהאָלפֿן די אָקופּאַנטן: ייִדן זײַנען געװען גאַנץ בולט אין דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, װאָס האָט גערודפֿט ליטװישע פּאַטריאָטן, בעת ליטװינער, דער עיקר — גראָבע פּױערים, האָבן מיטגעהאָלפֿן די דײַטשן אױסצוהרגענען ייִדן, װי אַ מין נקמה פֿאַר דער שטיצע פֿון די סאָװעטן.
װאַנאַגײַטע האָט אַ קנאַפּן אינטערעס אין דער אַבסטראַקטער קאָנצעפּציע. זי װיל פֿאַרשטײן, װי אַזױ זײַנען אַזױ פֿיל ליטװישע מאַנסבילן געװאָרן פֿרײַװיליקע מערדער פֿון זײערע אײגענע שכנים. דאָס װאָרט „די אײגענע‟ האָט אַ טאָפּלטן באַטײַט אינעם בוך: דאָס זײַנען סײַ די ייִדישע קרבנות סײַ זײערע ליטװישע מערדער. ייִדן האָבן געלעבט אין דער ליטע מער װי זעקס הונדערט יאָר, און לרובֿ זײַנען די באַציִונגען צװישן ייִדן און קריסטן געװען רויִקע. להיפּוך צו אוקראַיִנע, זײַנען אין דער ליטע ניט געװען קײן שטאַרקע פּאָגראָמען, און די ליטװישע רעפּובליק איז צװישן די װעלט־מלחמות געװען װײניקער אַנטיסעמיטיש ווי פּױלן אָדער רומעניע. אמת, אַ צאָל ייִדן האָבן יאָ מיטגעהאָלפֿן די סאָװעטן אין 1940־1941 װײַל זײ האָבן געהאַלטן אַז די סאָװעטישע מאַכט איז בעסער פֿאַר ייִדן אײדער די דײַטשן, אָבער די גרעסטע צאָל קאָמוניסטן זײַנען טאַקע געװען עטנישע ליטװינער און אַ היפּשע צאָל ייִדן, בפֿרט פֿון דער מער פֿאַרמעגלעכער שיכט, האָבן געליטן פֿון דעם סאָװעטישן טעראָר.
װאַנאַגײַטע דערװײַזט, אַז צװישן די ליטװישע מערדער זײַנען געװען מענער פֿון אַלע סאָציאַלע שיכטן; ניט נאָר גראָבע פּױערים, אָבער אױך לערער, סטודענטן און אָפֿיצירן פֿון דער ליטװישער אַרמײ. אײניקע ליטװישע פֿירער פֿון יענער צײַט האָבן געהאָפֿט, אַז היטלער װעט זײ דערלאָזן האָבן אַן אײגענע מלוכה אונטערן דײַטשישן פּראָטעקטאָראַט. זײער װיזיע פֿון אַזאַ מין ליטע איז געװען אָן ייִדן, אין הסכּם מיט היטלערס אידעאָלאָגיע. אָבער זײער חלום איז ניט מקוים געװאָרן. די דײַטשן האָבן באַדאַרפֿט ליטװינער פֿאַר דער סאַמע שמוציקער אַרבעט, צו דערשיסן ייִדן און באַגראָבן זײ אין מאַסן־קבֿרים.
כּדי צו פֿאַרשאַרפֿן דעם רעטאָרישן עפֿעקט פֿון דעם בוך, פֿירן די מחברים אַ מין פּאָלעמישן סיכסוך צװישן זיך װי „שׂונאים‟. זוראָף קומט אַרױס װי אַ שאַרפֿער קטגור קעגן ליטװינער און ליטע, בעת װאַנאַגײַטע פּרוּװט צו פֿאַרטײדיקן אירע „אײגענע‟ ליטװינער. דער צװײטער טײל פֿונעם בוך שילדערט זײער רײַזע איבער די אַמאָליקע ליטװאַקישע שטעט און שטעטלעך, װוּ די מחברים פּרוּװן צו געפֿינען שפּורן פֿונעם חורבן און טרעפֿן זיך מיט די פֿאַרבליבענע אַלטע עדות פֿון דער טראַגעדיע.
„די אײגענע‟ איז געװאָרן אַ בעסטסעלער אין ליטע און דערבײַ אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל. זינט דאָס בוך איז אַרױס אױף רוסיש, מיט אַ באַזונדערן און גאַנץ שאַרפֿן נאָכװאָרט פֿון אפֿרים זוראָף, האָט עס אין רוסלאַנד געהאַט אַ גאָר אַנדער מין אָפּקלאַנג װײַל די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע באַטאָנט, אַז די ליטװישע פּאַרטיזאַנער זײַנען טאַקע געװען מיטהעלפֿער פֿון די נאַציסטן. דערפֿאַר באַשולדיקן אײניקע נאַציאָנאַליסטן װאַנאַגײַטע אין העלפֿן פּוטינס רעזשים, כאָטש זי אַלײן לײקנט דאָס אָפּ. אַזױ אַרום בלײַבט די חורבן־געשיכטע עד־היום זײער אַ סענסיטיװער פּאָליטישער ענין, װאָס װערט באַנוצט װי אַ כּלי אינעם הײַנטיקן פּאָליטישן קאַמף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.